שוועדישע אויסערן־מיניסטאָרין שאַפֿט אָפּ איר וויזיט קיין ישׂראל

Swedish Foreign Minister Cancels Trip to Israel

מאַרגאָט וואַלסטראָם אין איר שטאָקהאָלמער קאַבינעט
Getty Images
מאַרגאָט וואַלסטראָם אין איר שטאָקהאָלמער קאַבינעט

פֿון דער „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published January 08, 2015, issue of January 23, 2015.

די שוועדישע אויסערן־מיניסטאָרין, מאַרגאָט וואַלסטראָם, האָט אָפּגעלייגט איר פּלאַנירטע נסיעה קיין ישׂראל. מיטוואָך, דעם 7טן יאַנואַר, האָט איר וואָרטזאָגער, עריק באָמאַן, איבערגעגעבן דער פֿראַנצויזישער נײַעס־אַגענטור AFP, אַז וואַלסטראָם האָט באַשלאָסן נישט צו באַזוכן ישׂראל און פּאַלעסטינע די קומענדיקע וואָך, און האָט אָפּגעהאַלטן דעם וויזיט אויף אַן אומבאַשטימטן טערמין.

די באַציִונגען צווישן דער שוועדישער און ישׂראלדיקער רעגירונג זענען קאַליע געוואָרן, ווען שוועדן האָט אָנערקענט פּאַלעסטינע ווי אַן אומאָפּהענגיקע מלוכה. אין אָקטאָבער, האָט צוליב דעם פֿאַרלאָזט שטאָקהאָלם דער ישׂראלדיקער אַמבאַסאַדאָר, יצחק באַכמאַן. מיט אַ חודש שפּעטער האָט ער זיך אומגעקערט.

אין דעצעמבער, האָט דער ישׂראלדיקע אויסערן־מיניסטער, אַבֿיגדור ליבערמאַן, דערקלערט אַ בויקאָט קעגן דעם פּלאַנירטן וויזיט פֿון זײַן שוועדישער קאָלעגין, און באַשולדיקט שוועדן אינעם אויסבאַהאַלטן דעם פּלאַן צו אָנערקענען פּאַלעסטינע, אַנשטאָט אויסצוהערן די קעגן־אַרגומענטן מצד ישׂראל. ליבערמאַן האָט צוגעגעבן, אַז אַ צאָל אַנדערע לענדער, וועלכער האָבן נאָכגעפֿאָלגט דעם שוועדישן מוסטער אָדער, לכל־הפּחות, ערנסט באַטראַכט דעם ענין, האָבן זיך יאָ קודם געעצהט מיט די ישׂראלדיקע פּאָליטיקער.

אין זײַן קעגנערשאַפֿט, האָט ליבערמאַן אָנגענומען אַ סאַרקאַסטישן טאָן און באַמערקט, אַז די באַציִונגען אויפֿן מיטל־מיזרח זענען „אַ סך מער קאָמפּליצירטער, ווי דאָס מעבל פֿון IKEA‟, מיינענדיק די גרויסע און באַרימטע שוועדישע פֿירמע, וואָס פֿאַרקויפֿט אַרום דער וועלט דאָס ביליקע מעבל, וואָס יעדער קאָן גרינג אַליין צונויפֿשטעלן.

לכתּחילה, האָט וואַלסטראָם זיך געקליבן צו באַזוכן ישׂראל, כּדי אָפּצוגעבן כּבֿוד דעם זכּרון פֿונעם שוועדישן דיפּלאָמאַט ראַול וואַלענבערג, וועלכער האָט געראַטעוועט צענדליקער טויזנט אונגערישע ייִדן בעת דעם חורבן. צוליב ליבערמאַנס ווערטער, האָט זי אָבער באַשלאָסן נישט צו פֿאָרן און געענטפֿערט אין אַן אינטערוויו, אַז זי וואָלט געוואָלט זען, ווי אַזוי ליבערמאַן וועט אַליין צונויפֿשטעלן אַ מעבל־קאָמפּלעקט פֿון IKEA אָן אַ קאָאָפּעראַציע און עצות פֿון אַנדערע מענטשן.