ישׂראל־קאָנסולאַט ווענדט זיך צו רוסישע ייִדן

Israeli Consulate Addresses NY Russian Jews

אמיר שׂגיא
Arkady Yagudaev
אמיר שׂגיא

פֿון מיכאל נעמיראָווסקי

Published January 09, 2015, issue of January 23, 2015.

לויט דער 15־יאָריקער טראַדיציע, אײַנגעפֿירט פֿונעם ראַט פֿון ייִדישע אָרגאַניזאַציעס אין ניו־יאָרק (JCRC), איז דעם 6סטן יאַנואַר פֿאָרגעקומען אַ פּרעסע־קאָנפֿערענץ פֿונעם נײַעם פֿאַרטרעטער בײַם גענעראַל־קאָנסול פֿון ישׂראל אין ניו־יאָרק, עמיר שׂגיא, אַ פּראָפֿעסיאָנעלער דיפּלאָמאַט. פֿאָרגעשטעלט האָט אים דער וויצע־פּרעזידענט בײַ דער JCRC מײַקל מילער.

די ערשטע פּרעסע־קאָנפֿערענץ אינעם יאָר 2015 איז באמת געווען אַ סימבאָלישער פֿאַקט, אַרויסגעוויזן דורך דעם ישׂראל־דיפּלאָמאַט, צוליב דעם גרויסן אינטערעס פֿון די ישׂראל־פּאָליטיקער צו דער רוסיש־רעדנדיקער קהילה אין אַמעריקע; ווי אויך מצד די רוסיש־רעדנדיקע ייִדן פֿון אַמעריקע צו מדינת־ישׂראל.

צו דער טרעפֿונג זײַנען געקומען זשורנאַליסטן פֿון איבער 10 אויסגאַבעס. מעגלעך, אַז אַזאַ צוויי־זײַטיקער אינטערעס ווערט דערוואַרעמט דערמיט, וואָס אין שפּיץ פֿון דעם ישׂראלדיקן אויסערן־מיניסטעריום שטייט אַבֿיגדור ליבערמאַן, אַליין אַ געוועזענער עולה פֿון ראַטן־פֿאַרבאַנד. פֿון דעסטוועגן, וואָס טיפֿער ס‘האָט עמיר שׂגיא דערקלערט די הײַנטיקע פּראָבלעמען פֿון דער אויסערלעכער פּאָליטיק פֿון ישׂראל, אַלץ מער איז קלאָר געוואָרן, אַז דער אינטערעס שטעקט נישט אין זײַן באָס, נאָר אין דעם, אַז ישׂראל וויל אונטערהאַלטן ענגע באַציִונגען מיט די ייִדישע אימיגראַנטן, ווי אַ ממשותדיקער כּוח אין די תּפֿוצות.

עמיר שׂגיא איז געבוירן געוואָרן אין ישׂראל אין 1968. פֿאַרענדיקט דעם העברעיִשן אוניווערסיטעט אין ירושלים, האָט ער באַקומען אַ מאַגיסטער פֿון פּאָליטאָלאָגיע אינעם תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט. חוץ ענגליש, קען ער פּאָרטוגעזיש און כינעזיש.

אויף דער פּרעסע־קאָנפֿערענץ זײַנען נישט געווען קיין „פֿאַרמאַכטע טעמעס‟. די זשורנאַליסטן האָט, אַוודאי, אינטערעסירט ווי אַזוי עס גייט דורך די וואַלן־קאַמפּאַניע; וואָס זײַנען די שאַנסן בײַ נתניהו און ליבערמאַן אויסגעוויילט צו ווערן אויפֿן העכסטן פּאָסטן; די באַציִונגען צווישן די לינקע און רעכטע פּאַרטייען, און די ראָלע פֿון די קלענערע פּאַרטייען אינעם עלעקטאָראַלן פּראָצעס? דער דיפּלאָמאַט האָט, בדרך־כּלל נישט באַנוצט זיך מיט „דיפּלאָמאַטישע טריק‟, און געענטפֿערט קלאָר און דײַטלעך, אויך אויף די פֿראַגעס וועגן דער מעגלעכער השפּעה מצד אַמעריקע און דער ייִדישער אַמעריקאַנער געזעלשאַפֿט אויף די רעזולטאַטן פֿון די וואַלן. עס איז אָנגערירט געוואָרן די טעמע „די זיגרײַכע מלחמה‟ פֿון ישׂראל, און די ענדערונגען אין די באַציִונגען מיט די פּאַלעסטינער.

מיט איין וואָרט, דער נײַער פֿאַרטרעטער בײַם גענעראַל־קאָנסול, עמיר שׂגיא האָט געמאַכט אויף די זשורנאַליסטן אַ פּאָזיטיוון אײַנדרוק, בפֿרט זײַן ערודיציע, אָפֿנקייט, און דאָס ווילן מיטצואַרבעטן מיט יעדער אָרגאַניזאַציע און געשעפֿט, וואָס ווײַזט אַרויס אַ פּאָזיטיוון אינטערעס צו ישׂראל.