כאָדאָרקאָווסקי רופֿט חוזק צו מאַכן פֿון מוכאַמאַד

Khodorkovsky Calls to Mock Muhammad

מיכאַיִל כאָדאָרקאָווסקי
מיכאַיִל כאָדאָרקאָווסקי

פֿון דער „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published January 11, 2015, issue of January 23, 2015.

ווען די פֿראַנצויזישע פּאָליציי האָט געזוכט די טעראָריסטן, וועלכע האָבן אויסגעהרגעט די רעדאַקציעס פֿונעם סאַטירישן זשורנאַל „שאַרלי עבדאָ‟, איז אין רוסלאַנד אויסגעבראָכן אַ סקאַנדאַל מיט מיכאַיִל כאָדאָרקאָווסקי — אַ סתּירותדיקער אָליגאַרך, פֿאַר וועלכן די פּאָליציי און דאָס זיצן אין תּפֿיסה זענען אויך נישט קיין נאָווינע.

פֿון 2003 ביז 2013 איז דער דאָזיקער געשעפֿטסמאַן, וועלכער האָט אינעם מאָמענט פֿונעם אַרעסט פֿאַרמאָגט אַ קאַפּיטאַל פֿון 15 מיליאַרד דאָלאַר, אָפּגעזעסן אין טורמע, באַשולדיקט אין שווינדערײַ און אַנדערע פֿאַרברעכנס. זײַן שטיצער גלייבן אָבער, אַז דער מישפּט איבער אים האָט געהאַט אַ פּאָליטישן כאַראַקטער, און האָט געהאַט צו טאָן מיט זײַן קעגנערשאַפֿט צו דער פֿירערשאַפֿט פֿונעם פּרעזידענט וולאַדימיר פּוטין. הײַנט וווינט כאָדאָרקאָווסקי מיט זײַן משפּחה אין דער שווייץ. אין רוסלאַנד בלײַבט ער אָבער נאָך אַלץ אַן אײַנפֿלוסרײַכע פֿיגור.

נאָכן בלוטיקן אַטאַק אויפֿן זשורנאַל, וווּ עס זענען אַמאָל דערשינען חוזק־קאַריקאַטורן קעגן דעם מוסולמענישן נבֿיא, מוכאַמאַד, האָט כאָדאָרקאָווסקי גערופֿן אַלע זשורנאַליסטן אַרום דער וועלט צו פֿאַרשפּרייטן וואָס מער אַזעלכע מאַטעריאַלן. די מוסולמענער נעמען זיי אָבער אויף ווי אַ טיפֿע באַליידיקונג פֿון זייער רעליגיע. די בילדער אין „שאַרלי עבדאָ‟, וווּ אַלע רעליגיעס זענען כּסדר אויסגעמישט געוואָרן מיט שמוץ, האָבן טאַקע געהאַט אַ בפֿירוש גראָבן און וווּלגאַרן טעם. פֿאַרשטייט זיך, אַז דאָס פֿאַרטיידיקט נישט דעם בלוטיקן מאַסן־מאָרד פֿון די מחברים.

דעם 8טן יאַנואַר, האָט ראַמזאַן קאַדיראָוו, דער פּרעזידענט פֿון דער טשעטשענער רעפּובליק, אַ טייל פֿון דער רוסלענדישער פֿעדעראַציע, דערקלערט, אַז ער האַלט דעם אָליגאַרך פֿאַר זײַן פּערזענלעכן שׂונא און פֿאַר אַ שׂונא פֿון אַלע מוסולמענער. מיט זײַן רוף, האָט צוגעגעבן קאַדיראָוו, האָט כאָדאָרקאָווסקי „זיך באַגראָבן‟.

דער טשעטשענער פּרעזידענט איז אויך אַ גאַנץ סתּירותדיקער פּערסאָנאַזש. אַ ריי זשורנאַליסטן און פּאָליטאָלאָגן באַשולדיקן קאַדיראָוון אין קאָרופּציע און גרויס־מאַסשטאַביקע פֿאַרברעכנס קעגן די מענטשנרעכט, אַרײַנגערעכנט די מאָרדן פֿון די אָפּאָנענטן. פּוטינס רעגירונג שטיצט אים אָבער און באַטראַכט ווי אַ מענטש, וועלכער האָט אומגעקערט די אָרדענונג אין דער אומרויִקער טשעטשניע נאָך דער מלחמה מיט רוסלאַנד. די קריטיקער טענהן אָבער, אַז ער האָט דאָרטן אויפֿגעשטעלט אַ טעאָקראַטישן איסלאַמישן רעזשים.

קאַדיראָוו האָט באַמערקט, אַז אין פֿאַרגלײַך מיט די עכטע אייראָפּעער, וואָס פֿאַרטיידיקן די רעכט פֿון די מוסולמענער, בלײַבט כאָדאָרקאָווסקי אַ פֿאַרברעכער. דעם 9טן יאַנואַר, האָט דער אָליגאַרך אויף דעם געענטפֿערט, אַז ער איז נישט קיין שׂונא פֿון די פֿרידלעכע מוסולמענער. אַ צאָל אַנאַליטיקער זאָרגן זיך, אַז די קריגערײַ צווישן די צוויי סתּירותדיקע פֿיגורן — נעמענדיק אין באַטראַכט, אַז כאָדאָרקאָווסקי איז אַ ייִד — קאָן ווײַטער צעשאָלקען די באַציִונגען צווישן די מוסולמענער און דער מערבֿדיקער וועלט.