טויזנטער אויף דער ירושלימער לוויה פֿון די פּאַריזער טעראָר־קרבנות

Thousands Attend Jerusalem Funeral For Parisian Terror Victims

ירושלים: די לוויה פֿון די אומגעקומענע בעת דעם טעראָר־אַטאַק אויף דער פּאַריזער קראָם
Getty Images
ירושלים: די לוויה פֿון די אומגעקומענע בעת דעם טעראָר־אַטאַק אויף דער פּאַריזער קראָם

פֿון ייִט״אַ

Published January 13, 2015, issue of February 06, 2015.

טויזנטער מענטשן האָבן זיך באַטייליקט אין דער לוויה פֿון די פֿיר אומגעקומענע ייִדן בעת דעם טעראָר־אַטאַק אויף דער פּאַריזער שפּײַזקראָם. די לוויה איז פֿאָרגעקומען אין ירושלים, דינסטיק, דעם 13טן יאַנואַר.

דער ישׂראלדיקער פּרעזידענט, ראובֿן ריבֿלין, האָט זיך געווענדט צו די משפּחות פֿון יואבֿ חטב, יאָאַן כּהן, פֿיליפּ ברהם און פֿראַנסואַ־מישל סעדה, באַמערקנדיק, אַז ס׳איז אַ שאָד, אַז אַנשטאָט אָנקומען קיין ירושלים לעבעדיקערהייט, זענען זיי איצט באַערדיקט געוואָרן אויפֿן בית־עולם אין גבֿעת־שאול. ריבֿלין האָט צוגעגעבן, אַז ס׳איז באַזונדערס טרויעריק, אַז די אָנפֿאַלער האָבן זיי דערשאָסן ערבֿ־שבת, דווקא אין אַ כּשרער שפּײַז־קראָם. דער פּרעזידענט האָט באַטאָנט, אַז דאָס איז געווען אַ בפֿירושער אַנטיסעמיטיזים מצד די שׂונאים, וואָס ווילן אומברענגען אַלע ייִדן, און גערופֿן די אייראָפּעיִשע רעגירונגען צו באַשיצן בעסער די אָרטיקע ייִדישע קהילות.

דער 21־יאָריקער יואבֿ חטב (כאַטאַב), דער 46־יאָריקער פֿיליפּ ברהם (בראַהאַם), דער 22־יאָריקער יאָאַן כּהן און דער דער 64־יאָריקער פֿראַנסואַ־מישעל סעדה זענען אומגעקומען דעם 9טן יאַנואַר, ווען דער באַוואָפֿנטער טעראָריסט אַמעדי קוליבאַלי האָט זיך אַרײַנגעריסן אינעם פּאַריזער סופּערמאַרקעט „היפּער־כּשר‟ און פֿאַרכאַפּט איבער 20 מענטשן. בעת דער פּאָליציי־אָבלאַווע, איז ער דערשאָסן געוואָרן, אָבער באַוויזן אומצוברענגען פֿיר מענטשן. די עדות־זאָגער האָבן דערציילט, אַז דער פֿאַרכאַפּער האָט געמאָלדן, אַז איידער ער שטאַרבט, וועט ער קודם דערהרגענען זיי, ווײַל זיי זענען ייִדן.

די קרובֿים פֿון די אומגעקומענע האָבן צוזאַמען געזאָגט קדיש בעת דער לוויה. דער ישׂראלדיקער פּרעמיער־מיניסטער, בנימין נתניהו, איז אויפֿגעטראָטן אויף דער צערעמאָניע און באַטאָנט, אַז די אָנפֿאַלער זענען געווען נישט בלויז אַנטיסעמיטן, נאָר שׂונאים פֿון דער גאַנצער מענטשהייט. דער פּרעמיער האָט גערופֿן „אַלע ציוויליזירטע לײַט‟ זיך צו פֿאַראייניקן, כּדי אויסצוראָטן אַזעלכע עלעמענטן. בעת זײַן רעדע, האָט נתניהו אויך צוגעגעבן אייגענע פּאָליטישע באַמערקונגען און גערופֿן די ייִדן אַוועקצופֿאָרן קיין ישׂראל „אַפֿילו פֿון די לענדער, וווּ זיי זענען אינגאַנצן פֿאַרזיכערט‟.

להיפּוך, האָט סעגאָלען ראָיאַל, די פֿראַנצויזישע מיניסטאָרין פֿון עקאָלאָגיע, סטאַבילער אַנטוויקלונג און ענערגעטיק, געזאָגט בעת דער לוויה, אויף פֿראַנצויזיש, אַז אין לאַנד איז נישטאָ קיין אָרט פֿאַר אַנטיסעמיטיזם, און אַז יעדער אָנפֿאַל אויף ייִדן איז אַן אַטאַק אויף דער גאַנצער פֿראַנצויזישער נאַציע. די מיניסטאָרין האָט באַלוינט יעדן פֿון די קרבנות מיטן „אָרדן פֿונעם ערן־לעגיאָן‟ — דער העכסטער ציווילער מעדאַל אין פֿראַנקרײַך, און אויסגעדריקט יעדער משפּחה פֿון די אומגעקומענע איר פּערזענלעכע מיטלייד.