ספּעקטאַקל צום 5טן יאָרצײַט פֿון מינאַ בערן

Concert in Memory of Mina Bern

מע זינגט דאָס ליד „שבת, שבת‟ בײַם סוף פֿון פּראָגראָם
מע זינגט דאָס ליד „שבת, שבת‟ בײַם סוף פֿון פּראָגראָם

פֿון דזשאָרדין קוציק

Published January 14, 2015, issue of February 06, 2015.

אַ ריזיקער עולם האָט אָנגעפּאַקט דעם זאַל פֿונעם „צענטער פֿאַר דער ייִדישער געשיכטע‟, כּדי צו זען אַן אייגנאַרטיקן ספּעקטאַקל לכּבֿוד דעם אָנדענק פֿון דער אַקטריסע מינאַ בערן, וואָס איז געשטאָרבן אין יאַנואַר 2010 צו 99 יאָר. בעת דער פּראָגראַם האָבן אַ ריי זינגער, אַקטיאָרן, און אַרטיסטן, וואָס האָבן מיטגעאַרבעט מיט מינאַ בערן, פֿאָרגעשטעלט לידער און טעאַטעראַלע סקיצן פֿון איר רעפּערטואַר, און דערציילט פּערזענלעכע זכרונות וועגן דער באַליבטער אַקטריסע. דער ספּעקטאַקל האָט אײַנגעאָרדנט דער „ייִדישער קולטור־קאָנגרעס‟, צוזאַמען מיט דער „אַמעריקאַנער ייִדישער היסטאָרישער געזעלשאַפֿט‟.

ווען דער עולם איז אַרײַנגעקומען אין זאַל, האָט מען געוויזן אויסצוגן פֿון אַ דאָקומענטאַר־פֿילם וועגן מינאַ בערן, וואָס ווערט איצט באַאַרבעט דורך דער רעזשיסאָרין דזשאָן ראָט. אינעם פֿילם האָט מען געזען ווי די אַקטריסע קאָכט אַ היימישע הינדל־יויך בײַ זיך אין דער היים, און ווי אַזוי זי טרעט אויף אין פֿאַרשידענע קאָנצערטן און פֿאָרשטעלונגען.

בײַם אָנהייב, האָט שיין בייקער דערקלערט, אַז מינאַ בערן האָט לכתּחילה געהייסן מינאַ בערנהאָלץ. זי האָט איר נאָמען געביטן צוליב דער עצה פֿונעם רעזשיסאָר און דראַמאַטורג משה בראָדערזאָן, אין וועמענס טרופּע זי האָט דעמאָלט געשפּילט. בראָדערזאָן, וואָס איז געווען איר קרובֿ, האָט געזאָגט דער יונגער אַקטריסע, „דו ביסט ניט קיין האָלץ, נאָר בערן‟.

שיין האָט דערמאָנט, אַז מינאַ בערן איז געווען די ערשטע אין דער ייִדיש־וועלט, וואָס האָט אים אַרײַנגענומען צו זיך אין דער היים, און האָט געשטיצט סײַ זײַן לערנען זיך ייִדיש, סײַ זײַנע ערשטע טריט אויף דער ייִדישער בינע. ער האָט אויך דערמאָנט אַ סך פֿון די באַקאַנטע אַקטיאָרן און זינגער, מיט וועמען מינאַ האָט געשפּילט במשך פֿון איר כּמעט 80־יאָריקער קאַריערע אינעם ייִדישן טעאַטער; צווישן זיי האָט ער דערמאָנט משה אוישער, וואָס האָט מינאַן באַצייכנט ווי „די פֿרוי מיט טויזנט מינעס‟.

נאָך שיינס רעדע האָט אויפֿגעטראָטן די אַקטריסע און זינגערין עלינאָר ריסאַ, וואָס האָט דערקלערט, אַז זי איז יאָרן־לאַנג געווען אַ נאָענטער פֿרײַנד פֿון מינאַ בערן, און ווי ס׳האָט זיך בײַ זיי געפֿירט, האָבן זיי זיך באַנוצט מיט צונעמען. אין זייער פֿאַל האָט ריסאַ זי גערופֿן „די אַלטע מכשפֿה‟ און בערן האָט עלינאָר ריסאַן גערופֿן „די יונגע מכשפֿה‟. ריסאַ האָט דערקלערט, אַז צוליב דעם, וואָס מינאַ בערן איז געווען אַ גרויסער שטערן פֿון דער ייִדישער בינע און זי, ריסאַ, איז געווען רעלאַטיוו יונג, איז עס אויסגעקומען שווער בײַם אָנהייב, מינאַ זאָל זיך צוהערן צו איר, בעת ריסאַ האָט זי רעזשיסירט.

ריסאַ האָט איבערגעגעבן, אַז בעת דער פֿאָרשטעלונג „זיסע חלומות‟, וואָס ריסאַ האָט אַליין אָנגעשריבן און אויפֿגעפֿירט, איז מינאַ בערן שוין געווען 87 יאָר אַלט, אָבער זי איז, ניט געקוקט אויף דעם, שטענדיק געווען די הויפּט־אַטראַקציע. נאָך איר רעדע האָט עלינאָר ריסאַ געזונגען דאָס ליד פֿון משה־לייב האַלפּערן, „אומרו מײַנע‟, אינעם נוסח, וואָס מינאַ בערן האָט עס געזונגען, ווי אַ טייל פֿון דער פּיעסע „זיסע חלומות‟.

די חזנטע שירה פֿלאַם האָט געזונגען דאָס ליד „הערשעלע‟ פֿון מרדכי געבירטיג, וואָס איז געווען אַ שטענדיקער טייל פֿון מינאַ בערנס רעפּערטואַר, און אַלען ריקמאַן און יעלענאַ שמולענסאָן האָבן פֿאָרגעשטעלט די סקיצע „ער און זי‟, וואָס בערן האָט זיי איבערגעלאָזט בירושה.

לאָרי ווילנער, וואָס האָט געשפּילט צוזאַמען מיט מינאַ בערן אינעם „בראָדוויי‟־שלאַגער Those Were the Days, האָט איבערגעגעבן אַ פּאָר זכרונות וועגן מינאַ בערן. ווילנער האָט דערקלערט, אַז כאָטש מינאַ איז דעמאָלט, אין 1990, געווען 79 יאָר אַלט, האָט זי שטענדיק געטראָגן שיך מיט הויכע אָפּצאַסן. אינעם ספּעקטאַקל, וואָס האָט פֿאָרגעשטעלט די געשיכטע פֿונעם ייִדישן טעאַטער צום ערשטן מאָל אויף „בראָדוויי‟, האָט מינאַ בערן אַליין אָנגעשריבן אַ פּאָר פֿון די מאָנאָלאָגן. צווישן זיי איז געווען אַן אַבסורדישער מאָנאָלאָג אויף ענגליש, „דער רעקל־מאָנאָלאָג‟, אין וועלכן אַן אַלטע ייִדישע פֿרוי ווערט איגנאָרירט דורך אירע אייגענע קינדער, וואָס צווינגען זי צו זײַן אַ דינסט־מויד. לאָרי ווילנער האָט פֿאָרגעלייענט דעם מאָנאָלאָג מיט אַלע פּיטשעווקעס, אַרײַנגערעכנט בערנס טיפֿן ייִדישן אַקצענט.

די פּראָגראַם האָט אָנגענומען אַן ערנסטן טאָן נאָך דעם, וואָס די שרײַבערין מאַשע לעאָן איז אַרויפֿגעקומען אויף דער בינע. לעאָן האָט דערקלערט, אַז מינאַ בערן פֿלעג יאָר אײַן יאָר אויס בײַ דער יערלעכער הזכּרה לכּבֿוד די קדושים פֿון וואַרשעווער געטאָ רעציטירן אויף אויסנווייניק דאָס ליד „אין וואַרשעווער געטאָ איז איצט חודש ניסן‟ פֿון בינעם העלער. דערנאָך האָבן שיין בייקער, יעלענאַ שמולענסאָן, דזשאָען באָרץ און חיים וואָלף פֿאָרגעלייענט דאָס ליד פֿאַרן עולם.

נאָך אַ דערמאָנונג פֿון איר אייניקל, וידל [ווידאַל] פּערלמאַן, האָט מען געהערט פֿון מינאַ בערן אַליין, אין פֿאָרעם פֿון אַ רעקאָרדירטן דועט „אָדעסער מאָטיוון‟, צוזאַמען מיט איר מאַן בען באָנוס. אין דער קאָמישער סקיצע האָט מינאַ בערן, מיט איר גאָר הויכן קול געפֿרעגט איר מאַן, צי ער האָט טענות צו די פֿאַרשידענע מיטגלידער פֿון איר משפּחה. כאָטש ביידע לייקענען אָפּ דאָס געפֿיל, איז עס קלאָר, אַז ביידע זענען מלא־כּעס אויף די קרובֿים פֿונעם צווייטן און בעתן דועט דערקלערן זיי די פֿאַרשידענע סיבות, פֿאַר וואָס זיי קענען יענעמס קרובֿים ניט פֿאַרטראָגן.

בײַם סוף פֿון פּראָגראַם האָבן אַלע זינגער, אַקטיאָרן און אַרטיסטן געזונגען דאָס ליד „שבת, שבת‟ פֿון בען יאָמען, צוזאַמען מיטן עולם. דאָס ליד האָט מען אויסגעקליבן, ווײַל בעת דער פֿאָרשטעלונג Those Were the Days אין 1990 און 1991, האָט מינאַ בערן דערקלערט די צושויער, אַז זי וויל, זיי זאָלן פֿאַרגעדענקען דאָס ליד לאַנג נאָך דעם, וואָס זי וועט שטאַרבן „אין 20 יאָר אַרום‟. מינאַ בערן איז טאַקע אַוועק אין דער אייביקייט פּונקט 20 יאָר נאָך דער פֿאָרשטעלונג. מיט דער פּראָגראַם האָט דער עולם פֿאַרזיכערט, אַז מע וועט לאַנג געדענקען, סײַ דאָס ליד, און סײַ מינאַ בערן.