ספּעקטאַקל צום 5טן יאָרצײַט פֿון מינאַ בערן

Concert in Memory of Mina Bern

מע זינגט דאָס ליד „שבת, שבת‟ בײַם סוף פֿון פּראָגראָם
מע זינגט דאָס ליד „שבת, שבת‟ בײַם סוף פֿון פּראָגראָם

פֿון דזשאָרדין קוציק

Published January 14, 2015, issue of February 06, 2015.

אַ ריזיקער עולם האָט אָנגעפּאַקט דעם זאַל פֿונעם „צענטער פֿאַר דער ייִדישער געשיכטע‟, כּדי צו זען אַן אייגנאַרטיקן ספּעקטאַקל לכּבֿוד דעם אָנדענק פֿון דער אַקטריסע מינאַ בערן, וואָס איז געשטאָרבן אין יאַנואַר 2010 צו 99 יאָר. בעת דער פּראָגראַם האָבן אַ ריי זינגער, אַקטיאָרן, און אַרטיסטן, וואָס האָבן מיטגעאַרבעט מיט מינאַ בערן, פֿאָרגעשטעלט לידער און טעאַטעראַלע סקיצן פֿון איר רעפּערטואַר, און דערציילט פּערזענלעכע זכרונות וועגן דער באַליבטער אַקטריסע. דער ספּעקטאַקל האָט אײַנגעאָרדנט דער „ייִדישער קולטור־קאָנגרעס‟, צוזאַמען מיט דער „אַמעריקאַנער ייִדישער היסטאָרישער געזעלשאַפֿט‟.

ווען דער עולם איז אַרײַנגעקומען אין זאַל, האָט מען געוויזן אויסצוגן פֿון אַ דאָקומענטאַר־פֿילם וועגן מינאַ בערן, וואָס ווערט איצט באַאַרבעט דורך דער רעזשיסאָרין דזשאָן ראָט. אינעם פֿילם האָט מען געזען ווי די אַקטריסע קאָכט אַ היימישע הינדל־יויך בײַ זיך אין דער היים, און ווי אַזוי זי טרעט אויף אין פֿאַרשידענע קאָנצערטן און פֿאָרשטעלונגען.

בײַם אָנהייב, האָט שיין בייקער דערקלערט, אַז מינאַ בערן האָט לכתּחילה געהייסן מינאַ בערנהאָלץ. זי האָט איר נאָמען געביטן צוליב דער עצה פֿונעם רעזשיסאָר און דראַמאַטורג משה בראָדערזאָן, אין וועמענס טרופּע זי האָט דעמאָלט געשפּילט. בראָדערזאָן, וואָס איז געווען איר קרובֿ, האָט געזאָגט דער יונגער אַקטריסע, „דו ביסט ניט קיין האָלץ, נאָר בערן‟.

שיין האָט דערמאָנט, אַז מינאַ בערן איז געווען די ערשטע אין דער ייִדיש־וועלט, וואָס האָט אים אַרײַנגענומען צו זיך אין דער היים, און האָט געשטיצט סײַ זײַן לערנען זיך ייִדיש, סײַ זײַנע ערשטע טריט אויף דער ייִדישער בינע. ער האָט אויך דערמאָנט אַ סך פֿון די באַקאַנטע אַקטיאָרן און זינגער, מיט וועמען מינאַ האָט געשפּילט במשך פֿון איר כּמעט 80־יאָריקער קאַריערע אינעם ייִדישן טעאַטער; צווישן זיי האָט ער דערמאָנט משה אוישער, וואָס האָט מינאַן באַצייכנט ווי „די פֿרוי מיט טויזנט מינעס‟.

נאָך שיינס רעדע האָט אויפֿגעטראָטן די אַקטריסע און זינגערין עלינאָר ריסאַ, וואָס האָט דערקלערט, אַז זי איז יאָרן־לאַנג געווען אַ נאָענטער פֿרײַנד פֿון מינאַ בערן, און ווי ס׳האָט זיך בײַ זיי געפֿירט, האָבן זיי זיך באַנוצט מיט צונעמען. אין זייער פֿאַל האָט ריסאַ זי גערופֿן „די אַלטע מכשפֿה‟ און בערן האָט עלינאָר ריסאַן גערופֿן „די יונגע מכשפֿה‟. ריסאַ האָט דערקלערט, אַז צוליב דעם, וואָס מינאַ בערן איז געווען אַ גרויסער שטערן פֿון דער ייִדישער בינע און זי, ריסאַ, איז געווען רעלאַטיוו יונג, איז עס אויסגעקומען שווער בײַם אָנהייב, מינאַ זאָל זיך צוהערן צו איר, בעת ריסאַ האָט זי רעזשיסירט.