ייִדישע זיכערהייט־מומחים טרענירן זיך אין בריסל

Jewish Security Professionals Train in Brussels

אַ בעלגישע פֿאָן הענגט אין דער בריסלער שיל „מעלה‟ איבער די באַטייליקטע אין דער אַבֿלות־צערעמאָניע לזכר די אומגעקומענע אין די פּאַריזער טעראָר־אַטאַקן
Getty Images
אַ בעלגישע פֿאָן הענגט אין דער בריסלער שיל „מעלה‟ איבער די באַטייליקטע אין דער אַבֿלות־צערעמאָניע לזכר די אומגעקומענע אין די פּאַריזער טעראָר־אַטאַקן

פֿון כּנען ליפֿשיץ (ייִט״אַ)

Published January 15, 2015, issue of February 06, 2015.

מיט דרײַ טעג נאָכן בלוטיקן אָנפֿאַל אויפֿן כּשרן סופּערמאַרקעט אין פּאַריז, האָבן צענדליקער פֿאָרשטייער פֿון די ייִדישע קהילות אין אַ ריי אייראָפּעיִשע לענדער זיך פֿאַרזאַמלט אין דער בעלגישער הויפּטשטאָט, כּדי צו באַטראַכטן די ענינים פֿון זיכערהייט. די פֿאַרזאַמלונג איז פֿאָרגעקומען אין אַ גרויסן זאַל פֿון אַ בריסלער האָטעלן.

אַנשטאָט צו שמועסן וועגן דעם טראַגישן אינצידענט, וואָס איז אויסגעבראָכן אין דער פֿראַנצויזישער הויפּטשטאָט, האָבן די באַטייליקטע קהילה־מנהיגים און מומחים פֿאַר קריזיס־סיטואַציעס פֿאָרגעשטעלט פֿאַרשיידענע סצענאַריעס פֿון מעגלעכע נײַע אַטאַקן, בעת וועלכע עס קאָן אומקומען אַ גאַנצע גרופּע קרבנות. אַחוץ כּלערליי פּלענער, ווי אַזוי מע וואָלט געקאָנט דורכפֿירן די פֿאַרהאַנדלונגען מיט די אָנפֿאַלער אָדער אָפּצוּווענדן זייער אויפֿמערק מיט פֿאַלשע ידיעות, האָט מען אַפֿילו באַטראַכט די מעגלעכע אַנטיסעמיטישע אַקטן, וואָס קומען נישט זעלטן פֿאָר נאָך אַן עכטן בלוטיקן אַטאַק.

די קהילה־פֿירער האָבן איבערגעגעבן, אַז דאָס איז געווען די ערשטע סטראַטעגישע סימולאַציע פֿון אַזאַ מין אין אייראָפּע. ווען די טעראָריסטן האָבן אומגעבראַכט פֿיר מענטשן בעת דעם אַטאַק אויף דער ייִדישער טאָגשול אין טולוז, האָט דער „אייראָפּעיִשער ייִדישער קאָנגרעס‟ געשאַפֿן אַ ספּעציעלן „צענטער פֿאַר זיכערהייט און קריזיס־סיטואַציעס‟ (SACC). די הײַנטיקע אונטערנעמונג איז דער לעצטער שטאַפּל פֿונעם פּלאַן, וואָס די דאָזיקע אָרגאַניזאַציע האָט אויסגעאַרבעט.

פּעטר פּאַפּוסעק, דער פּרעזידענט בײַ דער פֿעדעראַציע פֿון ייִדישע קהילות אין דער טשעכישער רעפּובליק, האָט באַמערקט, אַז אין זײַן לאַנד זענען נישטאָ קיין באַקאַנטע גרופּעס פֿון איסלאַמיסטישע עקסטרעמיסטן. יעדער קאָן אָבער גרינג אָנקומען קיין פּראָג פֿון ווין צי אַן אַנדער אייראָפּעיִשער שטאָט. די גרענעצן פֿונעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד זענען דורכזיכטיק און נישט איבעראַל פֿירט די פּאָליציי אַן אויפֿזיכט איבער די אָרטיקע מיליטאַנטישע גרופּעס.

מאָנטיק, נאָך דער שרעקלעכער שיסערײַ אין פּאַריז, האָט די פֿראַנצויזישע רעגירונג צעשיקן אַ גאַנצע אַרמיי מיט טויזנטער סאָלדאַטן צו באַשיצן די 700 ייִדישע שולן אינעם לאַנד. אַ טייל ייִדן זאָרגן זיך אָבער, אַז דאָס איז נישט גענוג. פּאַסקאַל מאַרקאָוויטש, אַ דירעקטאָראַט־מיטגליד פֿון CRIF, אַ באַקאַנטע ייִדישע דאַך־אָרגאַניזאַציע אין פֿראַנקרײַך, האָט דערציילט, אַז פֿיר קינדער זענען נישט געקומען נאָכן פּאַריזער אַטאַק אין דער שול, וווּ עס לערנסט זיך זײַן זון, ווײַל זייערע טאַטע־מאַמעס האָבן מורא געהאַט זיי אַהין צו שיקן. מאַרקאָוויטש האַלט, אַז אַחוץ דער פּאָליציי, מוזן די ייִדישע גרופּעס פֿאַרשטאַרקטן זייערע אייגענע זיכערהייט־מיטלען.

משה קאַנטאָר, דער פּרעזידענט פֿונעם „אייראָפּעיִשן ייִדישן קאָנגרעס‟, האָט געשאַפֿן SACC, ווען ער איז געווויר געוואָרן, אַז די טולוזער שול איז נישט געווען באַהיט, ווי עס דאַרפֿן צו זײַן. בעת דעם אַטאַק, איז דאָרטן נישט געווען קיין שומר און קיינער האָט נישט געקוקט אין דער זיכערהייט־קאַמערע. דאָס פֿאַרגאַנגענע יאָר, בעת דעם בלוטיקן אַטאַק אויף ייִדישן מוזיי אין בעלגיע, איז דאָרטן נישט געשטאַנען קיין פּאָליציי. הגם די בעלגישע רעגירונג האָט צוגעזאָגט אויסצוטיילן 4 מיליאָן דאָלאַר, כּדי צו פֿאַרשטאַרקן די זיכערהייט־סיסטעם פֿון די ייִדישע אינסטיטוציעס, האָט זי עס דערווײַל נישט געטאָן. דערפֿאַר האַלט ער, אַז די ייִדישע קהילות מוזן זיך אַליין פֿאַרנעמען מער אַקטיוו מיט די זיכערהייט־פּראָבלעמען.