ווער דאַרף אַ ייִדישע שול אין אַמעריקע?

Who Needs a Yiddish School in America?

די שלום־עליכם שול 21, בערך 1950
די שלום־עליכם שול 21, בערך 1950

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

Published January 15, 2015, issue of February 06, 2015.

(די 3 טע זײַט פֿון 6)

דערווײַל האָבן די שרעקלעכע ידיעות וועגן די נאַציסטישע אַקציעס אין אייראָפּע געהאָנגען ווי אַ פֿינצטערער כמאַרע איבער די ייִדן אין אַמעריקע, אַרײַנגערעכנט די דערציִער פֿונעם „שלום־עליכם אינסטיטוט‟. אין מאַרץ 1943 האָט דער אינסטיטוט געשיקט אַ דעלעגאַציע פֿון 50 תּלמידים קיין וואַשינגטאָן, כּדי צו פּראָטעסטירן קעגן די רדיפֿות פֿון די ייִדן אין נאַצי־אָקופּירטע לענדער, און בײַם אָנהייב פֿון דער זיצונג פֿונעם 5טן יוני, האָט דער פֿאָרזיצער דערקלערט: „מיר באַוויינען אונדזערע מאַרטירער.‟

הגם די שול־טוער און לערער האָבן אָפֿט אויסגעדריקט דאָס געפֿיל, אַז די עלטערן פֿון די תּלמידים שאַצן נישט אָפּ די שווערע אַרבעט וואָס זיי לייגן אַרײַן, האָט אין 1943 אַ געוועזענער תּלמיד פֿון שול 34, וועלכער האָט דעמאָלט געדינט ווי אַ סאָלדאַט אין דער אַמעריקאַנער אַרמיי, צוגעשיקט דעם „שלום־עליכם אינסטיטוט‟ אַ בײַשטײַער, באַדאַנקענדיק זײַנע לערער פֿאַר דער פֿײַנער דערציִונג וואָס מע האָט אים געגעבן. די פֿאַרוואַלטונג פֿון דער עקזעקוטיווע האָט זיך דערפֿרייט און אַרויסגעלאָזט אַ מעלדונג, אַז די לערער און עלטערן, זאָלן גלײַך צושיקן די אַדרעסן פֿון געוועזענע תּלמידים, וועלכע דינען אין אַרמיי, און מע וועט זיי אָפּדרוקן אינעם יאָרבוך.

די פֿרויען־אָרגאַניזאַציע פֿונעם „שלום־עליכם אינסטיטוט‟ איז אין יענע יאָרן אויך געוואָרן זייער אַקטיוו. אונטער דער פֿירערשאַפֿט פֿון שׂרה ליבערט, האָבן די פֿרויען געשאַפֿן איבער $1,000 (אַ גרויסע סומע אין יענע טעג, בפֿרט פֿאַר די משפּחות אין די ש״ע שולן, וועלכע זענען געוויינטלעך געווען גאַנץ אָרעם) פֿאַר אַ רעטונג־פֿאָנד פֿאַר אייראָפּעיִשע קינדער, און זיי האָבן אויך געזאַמלט $2,000 פֿאַר דער ציוניסטישער אָרגאַניזאַציע „פּיאָנערן־פֿרויען‟.

דעם 22סטן פֿעברואַר 1943 האָבן די תּלמידים און לערער פֿון די ש״ע שולן זיך באַטייליקט אין אַ פּראָטעסט־פֿאַרזאַמלונג קעגן דעם „ווײַסן פּאַפּיר‟, אַ בריטישע אַקציע פֿון 1939, וואָס האָט שטאַרק באַגרענעצט די ייִדישע אימיגראַציע קיין פּאַלעסטינע אונטערן בריטישן מאַנדאַט, און דערבײַ פֿאַרשלאָסן די מעגלעכקייט פֿון אַ מקום־מיקלט פֿאַר די ייִדישע פּליטים פֿונעם נאַצי־גיהנום.

די געשעענישן אין אייראָפּע האָבן בײַ אַ גרויסן טייל פֿון די לערער און פֿאַרוואַלטער אַרויסגערופֿן אַ פֿאַרלאַנג צו פֿאַרשטאַרקן דעם טראַדיציאָנעלן עלעמענט אינעם קוריקולום. אַבֿרהם מענעס, אַ חשובֿער ייִדישער שרײַבער און לערער פֿון דער מיטלשול, וועלכער האָט אָפֿט קריטיקירט לעהרערס „סימבאָלישן‟ צוגאַנג צו טראַדיציע, האָט בעת אַ זיצונג אין יוני 1944, דערקלערט: „מע דאַרף אויסבעסערן די סיסטעם פֿון לערנען אין די שולן. אָנהייבן דאַרף מען מיט די צען געבאָט און שמע ישׂראל, אַלס סימבאָל פֿון קידוש־השם און אונדזערע עטישע ווערטן.‟ ער האָט געטענהט, אַז ס׳איז נישט גענוג אויפֿצוהענגען בילדער פֿון די שרײַבער י. ל. פּרץ, אַבֿרהם רייזען און שלום־עליכם, נאָר אויך פֿון ייִדישע פּערזענלעכקייטן במשך פֿון דער לאַנגער ייִדישער געשיכטע. ער האָט אויך פּראָטעסטירט קעגן געוויסע לערן־ביכלעך, וואָס האָבן געגעבן אָנצוהערן, אַז בײַ פֿרומע ייִדן זענען שבת און יום־טובֿ געווען „פֿינצטערע טעג‟.