ווער דאַרף אַ ייִדישע שול אין אַמעריקע?

Who Needs a Yiddish School in America?

די שלום־עליכם שול 21, בערך 1950
די שלום־עליכם שול 21, בערך 1950

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

Published January 15, 2015, issue of February 06, 2015.

(די 4 טע זײַט פֿון 6)

בזשאָזשע האָט באַמערקט, אַז די ישיבֿות צעשפּרייטן זיך איבערן לאַנד, בעת די ייִדישע שולן ווערן פֿאַרנאַכלעסיקט. „מיר דאַרפֿן אַנטוויקלען אַ דור, וואָס זאָל פֿאָרזעצן די אידעאַלן פֿון די פֿאָלקשולן, אַז די שולקינדער זאָלן זײַן אונדזערע קולטור־טרעגער.‟ לעהרער האָט אויף דעם געענטפֿערט, אַז דער ייִדישער בילדונג-קאָמיטעט (JEC) ראַנגלט זיך מיט דער זעלבער פּראָבלעם מיט די תּלמוד־תּורות. „אין די ייִנגערע קלאַסן פֿאַלן די קינדער אַוועק ווײַל אין גאַס איז זיי בעסער ווי אין שול. די חבֿרים זייערע רעדן זיי אָפּ פֿון לערנען,‟ האָט לעהרער באַטאָנט.

אַ צאָל פֿאַרוואַלטער און לערער האָבן געטענהט, אַז די סיבה פֿאַר וואָס די עלטערן פֿאַרשרײַבן נישט זייערע קינדער אין די שולן, איז נישט בלויז צוליב אַ גלײַכגילט צו ייִדישקייט, אָבער אויך צוליב דעם אויסזען פֿון די שולן. אַ טייל קלאַסן האָבן זיך געטראָפֿן אין קעלערן אָדער אין ליידיקע קראָמען, און געוויסע לערער האָבן געטענהט, אַז די צימערן זענען צו קליין. אין יוני 1944 האָט מען געמאָלדן, אַז די JEC וועט גיבן דעם שלום־עליכם אינסטיטוט געלט און מעבל צו פֿאַרשענערן די לאָקאַלן.

אין סעפּטעמבער 1944 האָט דער לערער, לייבוש שפּיטאָלניק, געבעטן, אַז מע זאָל דורכפֿירן אַ געלט־זאַמלונג פֿאַר די ייִדישע קינדער וואָס זענען שוין, און די וואָס דאַרפֿן נאָך געראַטעוועט ווערן פֿונעם נאַצי־גיהנום. „די פֿרויען־אָרגאַניזאַציע האָט שוין געשאַפֿן $3,000, אָבער דאָס איז ווײַט ניט גענוג,‟ האָט שפּיטאָלניק באַטאָנט.

וואָס ערגער עס זענען געוואָרן די ידיעות פֿון אייראָפּע, אַלץ מער האָבן געוויסע פֿאַרוואַלטער אָנגעהויבן באַטראַכטן ארץ־ישׂראל ווי אַ מקום־מיקלט פֿאַר די ייִדישע פּליטים. אין עטלעכע שולן האָט מען דורכגעפֿירט אַן עקספּערימענט צו לערנען העברעיִש אינעם לעצטן יאָר, כּדי די תּלמידים זאָלן קאָנען כאָטש איבערלייענען אַ העברעיִשן טעקסט. אַ צאָל פֿאַרוואַלטער זענען אָבער נישט געווען צופֿרידן מיט דעם אײַנפֿאַל.

בזשאָזשע איז געווען איינער פֿון יענע קריטיקער. „וועלכע ייִדישע לימודים וועלן מיר איצט דאַרפֿן איבערהיפּן צו האָבן צײַט פֿאַר העברעיִש?‟ האָט ער געפֿרעגט.

אין דער זעלבער צײַט האָט ד״ר סײַמאָן אָנגעהויבן פּריידיקן, אַז מע דאַרף אין דער מיטלשול לערנען תּנ״ך — יהושע, שופֿטים, שמואל, אַפֿילו אויב מע דאַרף אָפּשאַפֿן אַנדערע לימודים. „אַנדערש איז עס ניט קיין ייִדישע מיטלשול,‟ האָט ער באַמערקט, און דערבײַ צוגעגעבן אַן אומגעריכטן שפּיץ: „לערנען יחזקאל איז וויכטיקער ווי לייענען לייוויק.‟