ווער דאַרף אַ ייִדישע שול אין אַמעריקע?

Who Needs a Yiddish School in America?

די שלום־עליכם שול 21, בערך 1950
די שלום־עליכם שול 21, בערך 1950

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

Published January 15, 2015, issue of February 06, 2015.

(די 6 טע זײַט פֿון 6)

אַ ווענדפּונקט אין דעם גאַנצן ענין איז פֿאָרגעקומען אין 1946, ווען ד״ר סײַמאָן האָט באַשלאָסן, אַז צום ערשטן מאָל, וועט זײַן שול, שול 15, אויף יוטיקאַ־עוועניו אין ברוקלין, בויען אַ סוכּה. דעם 13טן אָקטאָבער האָט ער, שטייענדיק אין דער סוכּה, דערקלערט: „רבותי! הײַנט צאָל איך אײַך אַ טייל פֿון דעם וועקסל וואָס איך האָב געחתמעט. ווען איר האָט פֿאַר מיר צוגעגרייט דעם באַנקעט, געדענקט איר אפֿשר אַז מע האָט געזאָגט: ׳יאָ, סײַמאָן האָט אַמאָל גערעדט וועגן ייִדישע קהילות, וועגן מאַכן די ייִדישע שול אַ בית־הכנסת. לאָמיר אים קויפֿן אַ הויז און זען וואָס ער וועט קאָנען אויפֿטאָן׳.

„הײַנט באַצאָל איך אַ טייל פֿון דעם צוזאָג. מיר האָבן פֿאַר אײַך געבויט אַ סוכּה… יאָרן און יאָרן האָבן מיר, די פֿירער, געפּריידיקט אָפּרײַסן זיך פֿון עבֿר. פּראָגרעס איז בײַ אונדז געווען אַ סינאָנים מיט פֿאַרלייקענען אונדזער ייִדישע טראַדיציע. מיר האָבן זיך באַפֿרײַט פֿון אַלץ און מיר זענען געבליבן שטיין נאַקעט… מיר זענען געוואָרן ייִדן וואָס זענען ניט קיין ייִדן. פֿאַר אונדז וואָלט עס נאָך ניט געווען אַזוי שרעקלעך, מיר האָבן נאָך זכרונות, אײַנגעזאַפּטע טראַדיציעס, אָבער וואָס זאָלן מיר איבערגעבן אונדזערע קינדער?

„און אונדז אַלעמען איז אויך קאַלט אויף דער נשמה. מיר קאָנען ניט אָננעמען דאָס אַלטע, און מיר אַליין האָבן ניט געשאַפֿן קיין נײַעס. ס׳איז שווער צו באַנעמען אַז אין דער לאָזונג ׳צוריק צו דער טראַדיציע׳ איז פֿאַראַן מער רעבעלעשקייט, מער רעוואָלוציאָנערישקייט ווי אין דעם אַנטלויפֿן. עס פֿאָדערט מוט און שעפֿערישקייט צוריקנעמען טראַדיציע און איבערשאַפֿן זי, גאַנץ מאַכן אונדזער לעבן, צוריק ברענגען אונדזערע קינדער…‟

און דאָ האָט סײַמאָן אָנגעהויבן דערקלערן די געשיכטע פֿונעם אור־אַלטן יום־טובֿ, ציטירנדיק פּסוקים פֿון דער תּורה, אַז כאָטש סוכּות איז לכתּחילה געפּראַוועט געוואָרן ווי אַ נאַטור־פֿײַערונג, „רעדט זיך אין ויקרא כג וועגן יום־טובֿ באריכות, ווערט שוין דער יום־טובֿ פֿאַרבונדן מיט יציאת־מצרים. אין סוכּות זאָלט איר זיצן זיבן טעג, כּדי אונדזערע דור־דורות זאָלן וויסן, אַז אין בײַדלעך האָב איך געמאַכט זיצן די קינדער פֿון ישׂראל, ווען איך האָב אים אַרויסגעצויגן פֿון לאַנד מצרים.‟

דער פֿאַקט, וואָס „שלום עליכם שול 15‟ האָט אויפֿגעשטעלט אַ סוכּה, און די לומדישע ווערטער פֿון ד״ר סײַמאָן שטייענדיק אין דער סוכּה, איז געווען אַ בולטער סימן — סײַ פֿאַר די אַנדערע סעקולערע ייִדישע שול־נעצן, סײַ פֿאַר די פֿאַרוואַלטער, לערער און משפּחות פֿון די „שלום־עליכם שולן‟ אַליין — אַז ד״ר סײַמאָן וואַרפֿט אָפּ דעם פֿרײַען, פּראָגרעסיוון צוגאַנג פֿון דער וועלטלעכער ייִדישקייט, און וועט מער נישט דערציִען קינדער בלויז דורך „סימבאָלישע‟ טראַדיציעס, נאָר טאַקע דורך אויסלעבן זיך טאָג־טעגלעך אויף אַ טראַדיציאָנעלן ייִדישן שטייגער.

אָבער בײַ ס׳רובֿ פֿון די לערער און פֿאַרוואַלטער, אַפֿילו די טראַדיציאָנעל־געשטימטע ווי פֿרוי קאָדער, חבֿר שפּיטאָלניק (און שפּעטער — דער פּרינציפּאַל פֿון שלום־עליכם שול 21, משה גאָלדשטיין), איז ד״ר סײַמאָנס נײַער צוגאַנג פֿאָרט געווען צו עקסטרעם, און דערפֿאַר זענען זיי ווײַטער נאָכגעגאַנגען לעהרערס מער סימבאָלישע שיטה צו ייִדישע טראַדיציעס. ערשט אין די 1960ער יאָרן, ווען די אַסימילאַציע פֿון די ייִדישע משפּחות איז געווען אין פֿולן ברען, האָט די עקזעקוטיווע, סוף־כּל־סוף, מסכּים געווען אָנצונעמען ד״ר סײַמאָנס שיטה. צום באַדויערן איז עס שוין אָבער געווען צו שפּעט.