איז משה כּחלון דער נײַער יאיר לפּיד?

Is Moshe Kahlon the New Yair Lapid?

משה כּחלון (רעכטס) און יאיר לפּיד
Getty Images and Facebook
משה כּחלון (רעכטס) און יאיר לפּיד

פֿון האַריס ענגלמאַן (Forward)

Published January 18, 2015, issue of February 06, 2015.

ווען יאיר לפּיד איז געוואָרן אַ שטערן אין דער ישׂראלדיקער פּאָליטיק בעת דער לעצטער וואַל־קאַמפּאַניע אין 2013, האָט ער עס געטאָן דורכן שילדערן זיך ווי דער קאַנדידאַט, וואָס איז, צום מערסטנס, „חבֿרתי‟ — גרייט צו לייזן די סאָציאָ־עקאָנאָמישע פּראָבלעמען אין דער געזעלשאַפֿט. ער און זײַן פּאַרטיי, „יש עתיד‟, האָבן געקראָגן זייער כּוח בעת די געצעלט־מאַניפֿעסטאַציעס, וואָס האָבן אַרויסגעבראַכט אַ האַלבן מיליאָן ישׂראלים צו די פּראָטעסטן קעגן די הויכע פּרײַזן פֿונעם ישׂראלדיקן לעבנס־סטאַנדאַרט. אַ דאַנק דער שטיצע פֿונעם פֿרוסטרירטן מיטל־קלאַס, האָט „יש עתיד‟ באַקומען 19 ערטער און די פּאָרטפֿעלן פֿון פֿינאַנץ, דערציִונג, וווילפֿאַרזאָרג און געזונט.

הײַנט זעען אָבער די סאָציאָ־עקאָנאָמישע צרות אין ישׂראל נאָך ערגער ווי פֿריִער, און ווי אַ פּועל־יוצא האָט „יש עתיד‟ פֿאַרלוירן אַ סך פֿון איר פּאָפּולאַריטעט. זוכנדיק אַ נײַעם שטערן, האָט דער מיטל־קלאַס לעצטנס אַרויסגעוויזן אַ שטאַרקן אינטערעס צו דער נײַער פּאָליטישער פֿיגור — משה כּחלון.

געבוירן אין אַ מיזרחישער משפּחה אין אַן אָרעמער געגנט אין חדרה, איז כּחלון באַרימט געוואָרן ווי דער קאָמוניקאַציע־מיניסטער, און שפּעטער — דער וווילפֿאַרזאָרג־מיניסטער אין נתניהוס רעגירונג, בפֿרט אין שײַכות מיט זײַן נצחון בײַם צעשטערן דעם מאָנאָפּאָל פֿון די ישׂראלדיקע מאָבילקע־פֿירמעס, וואָס דורך דעם זענען די פּרײַזן געפֿאַלן מיט כּמעט 90%.

אין 2012 האָט ער אומגעריכט זיך צוריקגעצויגן פֿון פּאָליטיק, כאָטש אָבסערוואַטאָרן האָבן זיך משער געווען, אַז ער טוט עס, כּדי זיך צוצוגרייטן ווי אַ מעגלעכער קאַנדידאַט; און פֿאַראַיאָרן האָט ער טאַקע געשאַפֿן זײַן אייגענע פּאַרטיי, „כּולנו‟.

„כּולנו‟ס קאַמפּאַניע ניצט אויס כּחלונס שם ווי אַ קעמפֿער קעגן עקאָנאָמישער אומגערעכטיקייט, און אויך זײַן רעפּוטאַציע ווי איינער, וואָס איז נישט פֿאַרמישט אין די קאָרופּציע־סקאַנדאַלן, וואָס באַווײַזן זיך כּסדר אין דער ישׂראלדיקער פּאָליטיק. לויט אַן אַנקעטע, דורכגעפֿירט פֿונעם „דזשערוסאַלעם פּאָסט‟ און „מעריבֿ‟, איז כּחלון פֿאַררעכנט ווי „דער צום ווייניקסטן קאָרומפּירטער‟ פֿון אַלע הויפּט־קאַנדידאַטן, און דער „צום מערסטנס קוואַליפֿיצירטער‟ צו לייזן די סאָציאָ־עקאָנאָמישע פּראָבלעמען.

די רעאַליטעט פֿון כּחלונס שטים־רעקאָרד אין דער כּנסת גיט אָבער אַ גאָר אַנדער בילד. די „סאָציאַלע גוואַרדיע אין דער כּנסת‟ — אַן אומפּאַרטיייִשע אָרגאַניזאַציע, געגרינדעט ווי אַ רעזולטאַט פֿון די מאַניפֿעסטאַציעס — האַלט אַן אויג אויף דער שטים־געשיכטע פֿון די כּנסת־דעפּוטאַטן. די אָרגאַניזאַציע פּובליקירט רעגלמעסיק אַ „סאָציאַלע טאַבעלע‟, וואָס ווײַזט, ווי אַזוי די דעפּוטאַטן האָבן געשטימט אין שײַכות מיט די סאָציאָ־עקאָנאָמישע ענינים.

במשך פֿון דער איצטיקער נאָמיניר־קאַמפּאַניע, האָבן די דעפּוטאַטן פֿון „ליכּוד‟ און „עבֿודה‟, כאָטש צום טייל, באַזירט זייערע פּלאַטפֿאָרמעס אויף די רעזולטאַטן פֿון דער טאַבעלע, בעת די חרדישע מעדיאַ האָט עפֿנטלעך אַרומגערעדט די טאַבעלע־סטאַטיסטיק, אין שײַכות מיט די דעפּוטאַטן פֿון זייערע אייגענע פּאַרטייען. נעמענדיק אין באַטראַכט כּחלונס רעפּוטאַציע, וואָלט זיך געדאַכט, אַז ער וואָלט באַקומען אַזוינע הויכע צייכנס ווי די שוין־באַקאַנטע „סאָציאַל־געשטימטע‟ דעפּוטאַטן ראובֿן ריבֿלין און חיים כּץ, ביידע פֿון „ליכּוד‟. אָבער ניין — אין זײַן לעצטער קאַדענץ, אין 2012, האָט כּחלון באַקומען בלויז אַ „6‟ (דער העכסטער צייכן איז 100).

ווי אַזוי איז דאָס געשען? בעת זײַן קאַדענץ ווי דער וווילפֿאַרזאָרג־מיניסטער, צווישן 2011 און 2013, האָט כּחלון דווקא געשטימט קעגן לעגיסלאַציע, וואָס וואָלט פֿאַרגרעסערט די סאָצפֿאַרזיכערונג־אויסצאָלונגען; געהעכערט דעם מינימום־לוין; פֿאַרבעסערט די עפֿנטלעכע טראַנספּאָרטאַציע־מיטלען; געהעכערט די געלטשטראָף פֿאַר מענער, וואָס שלאָגן זייערע פֿרויען, אאַז״וו. מיט אַנדערע ווערטער, בײַ מער פֿון אַ העלפֿט פֿון די געזעץ־פּראָיעקטן, וואָס פּרוּוון לייזן געזעלשאַפֿטלעכע פּראָבלעמען, האָט כּחלון דווקא געשטימט קעגן.

די ישׂראלים קוקן הײַנט צו כּחלון, ווײַל זיי זעען אין אים אַ קעמפֿער קעגן די מאָנאָפּאָלן, און אַ פּאָליטיקער, וועלכער איז נישט קאָרומפּירט. די פּראָבלעם איז אָבער, וואָס זיי קוקן נישט אַרײַן טיפֿער, אין זײַן שטים־געשיכטע.