ייִדישער אַקטיוויסט דערציילט זכרונות פֿון סעלמאַ, זומער 1965

Jewish Activist Recalls Selma in the Summer of ‘65

דוד סוקנע (פֿאָרנט, לינקס) אין אַלאַבאַמע, בעת דער קאַמפּאַניע איבערצוצײַגן די שוואַרצע אײַנוווינער זיך צו רעגיסטרירן צום שטימען, 1965
Courtesy of Bruce Hartford
דוד סוקנע (פֿאָרנט, לינקס) אין אַלאַבאַמע, בעת דער קאַמפּאַניע איבערצוצײַגן די שוואַרצע אײַנוווינער זיך צו רעגיסטרירן צום שטימען, 1965

פֿון עדמאָן ראָדמאַן (ייִט״אַ)

Published January 18, 2015, issue of February 06, 2015.

לאָס־אַנדזשעלעס. — זינט דער פֿילם Selma האָט זיך באַוויזן אין די קינאָ־טעאָטערס דעם 9טן יאַנואַר, אַ וואָך איידער אַמעריקע פּראַוועט דעם „מאַרטין לוטער קינג טאָג‟, האָב איך אָנגעהויבן קלערן, ווי אַקטיוו זענען די ייִדן טאַקע געווען אינעם קאַמף פֿאַר ציווילע רעכט? האָבן זיי בלויז זיך באַטייליקט אין די מאַרשן אין סעלמאַ, אָדער געטאָן מער ווי דאָס?

אין זייער בוך Jewish Dimensions of Social Justice, פֿון 1998, זענען די מחברים, אַלבערט וואָרשפּאַן און דוד סאַפּערשטיין, געקומען צום אויספֿיר, אַז „די ייִדן האָבן געדינט אויפֿן פֿראָנט פֿונעם קאַמף אָפּצושטעלן די ראַסן־סעגרעגאַציע אין די לערן־אַנשטאַלטן, עפֿנטלעכע ערטער און אין דער שטים־בודקע.‟ איך האָב אָבער געוואָלט הערן עדות פֿון אַ ייִדישן אַקטיוויסט אַליין.

האָב איך זיך פֿאַרבונדן מיט דייוויד סוקנע, אַ האַלב־פּענסיאָנירטער מאַטעמאַטיקער און קאָמפּיוטער־פּראָגראַמיסט, וועלכע וווינט אין אַ פֿאָרשטאָט פֿון לאָס־אַנדזשעלעס, און וואָס דאַוונט אין דער זעלבער סינאַגאָגע וואָס איך. ער האָט אויך ממש אַ פֿאָטאָגראַפֿישן זכּרון. סוקנע קען אויסרעכענען אַלע מענטשן פֿון דער רוזוועלט־אַדמיניסטראַציע.

אינעם זומער פֿון 1965 האָט סוקנע פֿאַרבראַכט זיבן וואָכן אין קרענשאָ־קאַונטי, אַלאַבאַמע, ווי אַ וואָלונטיר אין ד״ר קינגס קאַמפּאַניע, צו ווערבירן די אָרעמע שוואַרצע זיך צו רעגיסטרירן ווי וויילער. עס זענען שוין דעמאָלט געהאַט פֿאָרגעקומען די באַרימטע מאַרשן אין סעלמאַ, אַלאַבאַמע, אָבער דער אַמערקיאַנער קאָנגרעס האָט נאָך אַלץ נישט געהאַט אָנגענומען דעם Voting Rights Act — דער געזעץ־פּראָיעקט, וואָס פֿאַרווערט ראַסן־דיסקרימינאַציע אין די וואַלן.

סוקנע האָט דעמאָלט שטודירט אויף דאָקטאָראַט אין מאַטעמאַטיק בײַם שיקאַגער אוניווערסיטעט, אָבער נאָכן הערן די נײַעס אין 1964, אַז עטלעכע וואָלונטירן, אַרײַנגערעכנט צוויי יונגע ייִדן, זענען דערהרגעט געוואָרן פֿאַר רעגיסטרירן די שוואַרצע וויילער אין מיסיסיפּי, האָט ער זיך אַליין פֿאַרשריבן ווי אַ וואָלונטיר.

ווען ער איז אַהיימגעפֿאָרן קיין סילווער ספּרינג, מערילאַנד, און דערציילט די עלטערן וועגן זײַנע פּלענער, האָבן זיי זיך געבעטן בײַ אים עס נישט צו טאָן. ער האָט זיך אָבער אײַנגעעקשנט, און איז אַוועק קיין אַטלאַנטע אויף דער טרעניר־סעסיע. דאָס איז נישט געווען סוקנעס ערשטע איבערלעבונג ווי אַ קעמפֿער פֿאַר ציווילע רעכט. אינעם פֿרילינג פֿון 1965 איז ער, מיט זעכציק אַנדערע סטודענטן פֿונעם שיקאַגער אוניווערסיטעט, געפֿאָרן קיין סאָמערוויל, טענעסי, העלפֿן צו בויען די געבײַדע, וואָס זאָל דינען ווי אַ פֿאַרזאַמלונג־אָרט פֿאַר די אַקטיוויסטן לטובֿת דעם קאַמף פֿאַר די אוניווערסאַלע שטים־רעכט.

איין מאָל, זיצנדיק אינעם הויז פֿונעם אָרגאַניזירער, דזשאָן מאַק׳פֿערען — אַ שוואַרצער וועטעראַן פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה — האָט סוקנע דערהערט ווי אַן אויטאָ שטעלט זיך אָפּ פֿאַרן הויז, ווי מע שיסט אויס דרײַ מאָל, און דער אויטאָ ווערט פֿאַרשוווּנדן.

מאַק׳פֿערען איז אַרײַן אין סאַלאָן און עפּעס אויפֿגעהויבן. „ס׳איז אַ קויל פֿון אַ 22סטן קאַליבער,‟ האָט ער געזאָגט. „זיי פּרוּוון אונדז בלויז איבערשרעקן. ווען זיי וואָלטן אונדז געוואָלט הרגענען, וואָלטן זיי געניצט גרעסערע קוילן.‟

ווי אַ טייל פֿון דער טרענירונג אין אַטלאַנטע, האָבן סוקנע און הונדערטער אַנדערע וואָלונטירן געהערט אַ רעדע פֿון ד״ר קינג, ווי אויך פֿון בייאַרד ראָסטין, אַ פּאַציפֿיסט און פֿירער פֿון דער ציווילער רעכט־באַוועגונג. „מע האָט אונדז געלערנט פֿאַרשידענע סטראַטעגיעס, ווי, למשל, צו איגנאָרירן באַליידיקונגען, און ווי זיך אײַנצוקאָרטשען אויף ד׳רערד, טאָמער מע שלאָגט אונדז.

סוקנע און די אַנדערע וואָלונטירן זענען אָנגעקומען אין מאָנטגאָמערי, אַלאַבאַמע, און אָנגעהויבן גיין פֿון טיר צו טיר, געפּרוּווט איבערצײַגן די שוואַרצע אײַנוווינער זיך צו רעגיסטרירן. אַ סך האָבן זיך אָבער אָפּגעזאָגט, דערקלערנדיק, אַז זיי ווילן גיכער וואַרטן ביז דער קאָנגרעס וועט אָננעמען דאָס שטים־רעכט געזעץ.

האָבן די וואָלונטירן זיך פֿאַרנומען מיט אַ צווייטער מיסיע: צו אינטעגרירן די אָרטיקע רעסטאָראַנען. אינעם שטעטל בראַנטלי האָט עס אָבער געשאַפֿן צרות פֿאַר זיי. זיי האָבן אַרײַנגעבראַכט אַ שוואַרצן פֿרײַנד אין אַ „ווײַסן‟ רעסטאָראַן, און שפּעטער, בעת אַ טרעניר־סעסיע אין פּאַרק, האָבן זיי דעזען, ווי עס קומען אָן דרײַ אויטאָס יונגע לײַט; אין די הענט האָבן זיי געטראָגן העק, קייטן און שווערע שטעקנס. די וואָלונטירן זענען גיך אַרײַן אין זייער „פֿאָלקסוואַגען‟ און אַוועקגעפֿאָרן. זיי האָבן זיך שפּעטער דערוווּסט, אַז יענע יונגע לײַט זענען געווען פֿון דער „קו קלאָקס קלאַן‟.

אויפֿן שאָסיי האָבן די וואָלונטירן דערזען ווי די „קלאַנס־לײַט‟ פֿאָרן זיי נאָך, און האָבן געפּרוּווט אַוועקיאָגן אין אַ צווייטער ריכטונג, אָבער די „קלאַנס־לײַט‟ האָבן זיי אָנגעיאָגט. מיט אַ מאָל זענען אָנגעפֿאָרן עטלעכע אויטאָס, געפּאַקט מיט שוואַרצע מענער מיט ביקסן. זיי האָבן די אַקטיוויסטן באַגלייט צוריק קיין לוּווערן. אַ פּנים, האָט דער „קלאַן‟ זיך אַ ביסל איבערגעשראָקן פֿאַר זיי.

סוקנע האָט בכלל נישט חרטה, וואָס ער האָט עס געטאָן, האָט ער געזאָגט. „דאָס איז געווען מײַן אופֿן פֿון דורכפֿירן דעם פּסוק: צדק צדק תרדוף, — זאָלסט נאָכלויפֿן גערעכטיקייט‟. ווי עס האָט זיך אָבער אַרויסגעוויזן, איז מען אים אויך נאָכגעלאָפֿן…