האָט פֿראַנקרײַך מאַרשירט פֿאַר ייִדן, אָדער פֿאַר „שאַרלי”?

Did France March for the Jews, or for Charlie?

אַ טייל פֿון די באַטייליקטע אינעם סאָלידאַריטעט־מאַרש, דעם 11טן יאַנואַר, אין פּאַריז
Jeff J. Mitchell/Getty Images
אַ טייל פֿון די באַטייליקטע אינעם סאָלידאַריטעט־מאַרש, דעם 11טן יאַנואַר, אין פּאַריז

פֿון כּנען ליפֿשיץ (ייִט״אַ)

Published January 18, 2015, issue of February 06, 2015.

מאַרשירנדיק איבער פּאַריז, צוזאַמען מיט בערך 1.5 מיליאָן מענטשן, האָט פֿיליפּ שמידט דערפֿילט „אַ פּרעכטיקן מאָמענט פֿון אַחדות‟.

בײַ שמידט, אַ מענטשנרעכט־אַדוואָקאַט און וויצע־פּרעזידענט פֿון דער „אינטערנאַציאָנאַלער ליגע קעגן ראַסיזם און אַנטיסעמיטיזם‟, איז דער מאַרש דעם פֿאַרגאַנגענעם זונטיק געווען „אַ סימן פֿון דער פּאָפּולערער מאָביליזאַציע קעגן עקסטרעמיזם‟, נאָך דעם ווי טעראָריסטן האָבן דערהרגעט 12 מענטשן אינעם ביוראָ פֿונעם סאַטירישן וואָכנבלאַט „שאַרלי העבדאָ‟, אַ פּאָליציאַנטקע אויף דער גאַס, און פֿיר ייִדן אין אַ כּשרער שפּײַזקראָם.

פֿון דעסטוועגן, האַלט שמידט, אַז ס׳רובֿ פֿון די מענטשן האָבן מאַרשירט „אין סאָלידאַריטעט מיט שאַרלי, נישט מיט די ייִדן‟. אַ סך אַנדערע פֿראַנצייזישע ייִדן האַלטן אויך אַזוי, און האָבן דערפֿאַר ספֿקות, צי דער מאַרש וועט טאַקע אָפּשוואַכן דעם שאַרפֿן אויפֿשטײַג פֿון ברוטאַלע אַנטיסעמיטישע אַטאַקן.

„קיינער האָט דאָך נישט מאַרשירט נאָכן אַטאַק אין טולוז,‟ האָט שמידט באַמערקט. אין 2012 זענען פֿיר מענטשן, דרײַ פֿון זיי — קינדער, דערמאָרדעט געוואָרן לעבן אַ ייִדישער טאָגשול אין טולוז, פֿראַנקרײַך, דורך אַן איסלאַמיסט, מאָכאַמעד מעראַך.

געוויסע פּראָמינענטע ייִדישע פֿיגורן אין פֿראַנקרײַך האָבן אַפֿילו בויקאָטירט דעם מאַרש, ווײַל אַ טייל פֿון די אָרגאַניזאַטאָרן זענען געווען פֿונעם עקסטרעם־לינקן לאַגער, וועלכע האָבן אויך מאַרשירט קעגן דער ישׂראל־אָפּעראַציע אין עזה פֿאַראַיאָרן זומער. „דאָס איז ריינע היפּאָקריטסווע,‟ האָט דערקלערט פֿיליפּ קאַרסענטי, דער וויצע־בירגערמײַסטער פֿון דער פּאַריזער פֿאָרשטאָט נוייִ־סור־סען. „אַ סך פֿון די דעמאָנסטראַנטן, וועלכע האָבן געטראָגן די טראַנספּאַראַנטן ׳איך בין שאַרלי׳ וואָלטן קיין מאָל נישט געטראָגן אַ שילד מיט די ווערטער ׳איך בין אַ ייִד׳ אָדער ׳איך בין היפּער־קאַשער׳ [דער נאָמען פֿון דער כּשרער שפּײַזקראָם].‟

אַ צאָל נײַעס־באַריכטן גיבן אָנצוהערן, אַז דער פּעסימיזם איז טאַקע אַ באַרעכטיקטער. ראָזשיי צוקערמאַן, דער פּרעזידענט פֿון CRIF — די דאַך־אָרגאַניזאַציע פֿון די פֿראַנצייזישע ייִדישע קהילות, האָט בעת אַ טעלעפֿאָנישן שמועס מיט דער „קאָנפֿערענץ פֿון די הויפּט אַמעריקאַנער ייִדישע אָרגאַניזאַציעס‟ דאָנערשטיק, דערקלערט, אַז די ייִדישע עלטערן מוזן הײַנט מאַכן אַ שווערן באַשלוס: „שיקן זייערע קינדער אין אַ מלוכישער שול, וווּ מע וועט זיי אפֿשר שלאָגן און באַליידיקט פֿאַר זײַן ייִדן, אָדער שיקן זיי אין ייִדישע טאָגשולן, וווּ פֿאַנאַטיקער קאָנען זיי אומברענגען,‟ האָט צוקערמאַן געזאָגט. „דערפֿאַר זעען מיר ווי אַלץ מער ייִדן קלײַבן זיך איבער פֿון פֿראַנקרײַך קיין ישׂראל.‟

געוויסע ייִדישע עלטערן באַשליסן צו שיקן די קינדער דווקא אין די קריסטלעכע פּריוואַטע שולן, האָט צוקערמאַן צוגעגעבן. בערך אַ דריטל פֿון די פֿראַנצייזישע ייִדישע משפּחות שיקן די קינדער אין די עפֿנטלעכע שולן, און צווישן די ייִדן, וואָס פֿאַרלאָזן פֿראַנקרײַך, פֿאָרן בערך צוויי־דריטל קיין ישׂראל. אין 2014 האָבן בערך 7,000 פֿראַנצייזישע ייִדן עולה געווען קיין ישׂראל — כּמעט פֿיר מאָל אַזוי פֿיל ווי אין 2012.

אויך אין אַנדערע אייראָפּעיִשע לענדער פֿילן זיך די ייִדן באַדראָט. פֿרײַטיק האָט מען געשלאָסן אַלע ייִדישע שולן אין בעלגיע און אַמסטערדאַם, נאָך דעם ווי צוויי פֿאַרדעכטיקטע טעראָריסטן זענען דערשאָסן געוואָרן בעת אַן אָבלאַווע אין ווערוויע, לעבן דער בעלגישער גרענעץ מיט פֿראַנקרײַך. מע ריכט זיך מאָנטיק ווידער צו עפֿענען די שולן.

לינאַ פּאָזנער־קאָראָסי, די פּרעזידענטין פֿונעם „ראַט פֿון ייִדישע קהילות אין שוועדן‟, זאָגט, אַז לויט דער פּאָליציי זענען די צאָל אַנטיסעמיטישע אַטאַקן שטאַרק געוואַקסן זינט די טעראָריסטישע אַטאַקן מצד די איסלאַמיסטן אין פּאַריז. די שוועדישע פּאָליציי האָט דערווײַל פֿאַרשטאַרקט די זיכערהייט־מיטלען אַרום די ייִדישע אינסטיטוציעס, האָט פּאָסנער־קאָראָסי געזאָגט. מיט עטלעכע טעג פֿריִער האָבן די ייִדישע קהילות אין דענמאַרק און אַנדערע לענדער אויך געפֿאָדערט אַ פֿאַרשטאַרקונג פֿון די זיכערהייט־כּוחות אַרום זייערע אינסטיטוציעס.