ד״ר קינגס דאָקטאָראַט: אַ משל מיט אַ פּלאַגיאַט

Dr. King’s Doctorate: A Case of Plagiarism

פֿון לינקס: ל. האַראָלד דעװאָלף (קינגס אַקאַדעמישער בעל־יועץ), קינג און האַראָלד ס. קײס (פּרעזידענט פֿון באָסטאָנער אוניװערסיטעט) אין סעפּטעמבער 1964, װען קינג האָט געשאָנקען דעם אוניװערסיטעט זײַנע פּאַפּירן
Courtesy of Library of Boston University/The Journal of American History
פֿון לינקס: ל. האַראָלד דעװאָלף (קינגס אַקאַדעמישער בעל־יועץ), קינג און האַראָלד ס. קײס (פּרעזידענט פֿון באָסטאָנער אוניװערסיטעט) אין סעפּטעמבער 1964, װען קינג האָט געשאָנקען דעם אוניװערסיטעט זײַנע פּאַפּירן

פֿון איציק בלימאַן

Published January 19, 2015, issue of February 06, 2015.
מאַרטין לוטער קינג קריגט אַ כּבֿוד־דאָקטאָראַט פֿון ניוקעסלער אוניװערסיטעט, ענגלאַנד, אין 1967
מאַרטין לוטער קינג קריגט אַ כּבֿוד־דאָקטאָראַט פֿון ניוקעסלער אוניװערסיטעט, ענגלאַנד, אין 1967

װי באַקאַנט, איז ד”ר מאַרטין לוטער קינגס ביאָגראַפֿיע געװען פֿול מיט סתּירות. דער נײַער פֿילם „סעלמאַ“, װאָס איז נאָמינירט געװאָרן פֿאַר אַן אָסקאַר אין דער קאַטעגאָריע „בעסטער פֿילם פֿון יאָר“, באַהאַנדלט עטלעכע פֿון זײ: פֿון אײן זײַט, האָט ד”ר קינג זיך אונטערגענומען צו אָרגאַניזירן די װיכטיקע מאַרשן אין אַלאַבאַמע, װאָס האָבן געװירקט אױפֿן אַמעריקאַנער פּרעזידענט לינדאָן דזשאָנסאָן אײַנצופֿירן דאָס שטימרעכט־געזעץ אין 1965. פֿון דער אַנדערער זײַט, האָט ער נישט אײן מאָל מחלל־זיווג געווען, וואָס איז געווען אַ שטאַרקער װוּנד פֿאַר זײַן װײַב. ד”ר קינג האָט אָבער באַװיזן אױסצומײַדן נאָך איין סקאַנדאַל, װאָס װערט נישט אָנגערירט אין דעם פֿילם, און װאָס װעגן אים האָט מען זיך דערװוּסט ערשט צװאַנציק יאָר נאָך דעם רעװערענדס טױט.

אין 1988 האָט אַ גראַדויִר־סטודענט און מיטאַרבעטער פֿונעם „קינג־פּאַפּירן־פּראָיעקט“ (סטענפֿאָרד־אוניווערסיטעט) באַמערקט, בײַם איבערלײענען קינגס דיסערטאַציע, אַז אין עטלעכע ערטער האָט דער בעל־מחבר אױסגעניצט יענעמס װערטער און נישט אָנגעוויזן די געהעריקע מקורים. אין משך פֿון צװײ יאָר האָט דער קינג־פּראָיעקט װײַטער געפֿאָרשט צענדליקער שריפֿטלעכע אַרבעטן, װאָס קינג האָט געהאַט אָנגעשריבן נאָך װי אַן אַספּיראַנט אין טעאָלאָגישן סעמינאַר, און שפּעטער — אין באָסטאָנער אוניװערסיטעט. מע האָט אַנטדעקט, אַז קינג האָט סיסטעמאַטיש פּלאַגיִיִרט סײַ פֿון די געדרוקטע מקורים, סײַ בײַ די סטודענטן, װעלכע האָבן זיך פֿריִער געלערנט בײַ די זעלבע פּראָפֿעסאָרן.

אין 1955 האָט קינג בהצלחה פֿאַרטײדיקט זײַן דיסערטאַציע אױף דער טעמע „די פֿאָרשטעלונגען פֿון גאָט אין די װערק פֿון פּאָל טיליך און הענרי נעלסאָן װימאַן: אַ פֿאַרגלײַך“ (בײדע קריסטלעכע טעאָלאָגן). קינגס אַקאַדעמישער בעל־יועץ, האַראָלד דעװאָלף, האָט געשריבן אין זײַן אָפּרוף אױף דער דיסערטאַציע, אַז „דער גרעסטער חסרון פֿונעם איצטיקן נוסח איז, אַז עס פֿעלט אַ קיצור [אַן „אַבסטראַקט“ בײַם אָנהײב פֿונעם טעקסט]. דאָס איז דער װיכטיקסטער טײל פֿון אַ דיסערטאַציע“. די פֿראַזעס, װאָס קינג האָט אומאָרנטלעך געבאָרגט בײַ אַנדערע, אָן ציטאַטן, האָבן זײַנע פּראָפֿעסאָרן אין גאַנצן פֿאַרזען.

די געשיכטע פֿונעם סקאַנדאַל װערט פּרטימדיק איבערגעגעבן אין אַ ספּעציעלן נומער פֿונעם „זשורנאַל פֿון אַמעריקאַנער געשיכטע“, װאָס איז אַרױס אין יוני 1991 אונטער דער רעדאַקציע פֿון דוד טעלען, פּראָפֿעסאָר פֿון געשיכטע אין אינדיאַנער אוניװערסיטעט. באַלד װי דער דירעקטאָר פֿונעם קינג־פּראָיעקט, קלײבאָרן קאַרסאָן, האָט פֿאַרשטאַנען װי ערנסט און פֿאַרשפּרייט זענען קינגס פּלאַגיאַטן געװען, האָט ער גענומען מיטאַרבעטן מיטן זשורנאַל בײַם צוגרײטן אַ פּינקטלעכן באַריכט. אָבער ביז דעמאָלט האָט זיך שױן פֿאַרשפּרײט אַ קלאַנג װעגן ד”ר קינגס דיסערטאַציע.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.