אַן איראַנישער גענעראַל דערהרגעט בעת אַ צה״ל־אַטאַק

Iranian General Killed in Israeli Strike

די מיליטערישע צוגרייטונגען פֿון ישׂראלדיקע סאָלדאַטן אויף די גולן־בערג, דעם 19טן יאַנואַר. אין דעם זעלבן טאָג, האָט איראַן באַשטעטיקט, אַז אַן איראַנישער גענעראַל איז דערהרגעט געוואָרן בעת אַ ישׂראלדיקן לופֿט־אַטאַק אין סיריע.
Getty Images
די מיליטערישע צוגרייטונגען פֿון ישׂראלדיקע סאָלדאַטן אויף די גולן־בערג, דעם 19טן יאַנואַר. אין דעם זעלבן טאָג, האָט איראַן באַשטעטיקט, אַז אַן איראַנישער גענעראַל איז דערהרגעט געוואָרן בעת אַ ישׂראלדיקן לופֿט־אַטאַק אין סיריע.

פֿון דער „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published January 20, 2015, issue of February 06, 2015.

מאָנטיק, דעם 19טן יאַנואַר, האָט די צײַטונג „האָרץ‟ איבערגעגעבן, אַז בעת דעם ישׂראלדיקן לופֿט־אַטאַק אין סיריע איז אומגעקומען אַ גענעראַל פֿון דער איראַנישער „רעוואָלוציאָנערער גוואַרדיע‟, מאָהאַמאַד אַלאַהדאַדי, וועלכער האָט געדינט ווי אַן עצה־געבער פֿון דער סירישער אַרמיי. לכל־הפּחות זעקס מיטגלידער פֿון „כעזבאָלאַ‟ זענען דערהרגעט געוואָרן בעת דער העליקאָפּטער־באָמבאַרדירונג, אַרײַנגערעכנט דזשיהאַד מוגניִע, דעם זון פֿונעם מיליטערישן פֿירער אימאַד מוגניִע, וועלכער איז דערמאַָרדעט געוואָרן אינעם יאָר 2008 בעת אַן אויפֿרײַס אין דמשׂק. מע גלייבט, אַז די ישׂראלדיקע געהיימע דינסטן האָט דעמאָלט אונטערגעלייגט אַ באָמבע אין זײַן אויטאָ, הגם ישׂראל האָט אָפֿיציעל קיינמאָל נישט באַשטעטיקט אָדער אָפּגעלייקנט די דאָזיקע השערה. מוגניִע האָט געטראָגן דאָס אַחריות פֿאַר אַ ריי אַטאַקן אויף די ישׂראלדיקע און אַמעריקאַנער אָביעקטן.

אַן אָפֿיציעלער פֿאָרשטייער פֿון „כעזבאָלאַ‟ האָט איבערגעגעבן, אַז צווישן די דערהרגעטע זענען געווען נאָך פֿינף איראַנישע מיליטער־לײַט. די אינפֿאָרמאַציע וועגן דעם העליקאָפּטער איז געקומען פֿון אַ ריי אויסלענדישע קוואַלן, אַרײַנגערעכנט די פֿראַנצויזישע נײַעס־אַגענטור AFP. די איראַנישע „רעוואָלוציאָנערע גוואַרדיע‟ האָט מאָנטיק געמאָלדן אויף איר וועבזײַט, אַז מאָהאַמאַד אַלאַהדאַדי איז געווען „אַ בראַווער גענעראַל‟, וועלכער האָט געהאָלפֿן דער סירישער רעגירונג צו קעמפֿן קעגן די סוניטישע עקסטרעמיסטן.

לויט די מערבֿדיקע אויסשפּיר־דינסטן, האָט דער זון פֿונעם דערמאָנטן „כעזבאָלאַ‟־קאָמאַנדיר פּלאַנירט צו אַטאַקירן די ישׂראלדיקע סאָלדאַטן און ציווילע תּושבֿים לעבן דער סירישער גרענעץ אינעם גולן־ראַיאָן מיט ראַקעטן און באָמבעס, ווי אויך אַרײַנצושיקן טעראָריסטן אויף דער טעראָטאָריע פֿון ישׂראל.

זונטיק, דעם 18טן יאַנואַר, איז אַן ישׂראלדיקער העליקאָפּטער אַריבערגעפֿלויגן די גרענעץ און האָט באָמבאַרדירט דזשיהאַד מוגניִעס אויטאָ. די תּושבֿים פֿון דרום־לבֿנון האָבן זיך עוואַקויִרט פֿון די מעגלעכע אַטאַקן. דער „כעזבאָלאַ‟־קאַנאַל „אַל־מאַנאַר‟ האָט געוואָרנט, אַז דער ישׂראלדיקער אָנפֿאַל ברענגט דעם גאַנצן מיטל־מיזרח אין אַ סכּנה פֿון אַ מיליטערישן קאָנפֿליקט.

מיט דרײַ טעג פֿאַר דער העליקאָפּטער־באָמבאַרדירונג, האָט כאַסאַן נאַסראַלאַ, דער הויפּט־פֿירער פֿון „כעזבאָלאַ‟, געוואָרנט ישׂראל, אַז ער באַטראַכט די אַטאַקן, וואָס צה״ל פֿירט כּסדר דורך אין סיריע, ווי ערנסטע אַקטן פֿון אַגרעסיע, און אַז סיריע האָט דאָס רעכט צו ענטפֿערן אויף אַזעלכע אַקציעס. דער ישׂראלדיקער מיניסטאָרן־קאַבינעט קלײַבט זיך דינסטיק, דעם 20טסן יאַנואַר, דורכצופֿירן אַ ספּעציעלע זיצונג, כּדי צו באַטראַכטן די מעגלעכע אומרוען, וואָס קאָנען זיך אָנהייבן אין דרום־לבֿנון נאָכן לופֿט־אַטאַק.

ניקאָל דזשאָנסטאָן, אַ קאָרעספּאָנדענטקע פֿון דער נײַעס־אַגענטור „אַל־דזשאַזיראַ‟ אין ביירוט, האָט אָבער איבערגעגעבן, אַז די מיליטאַנטן פֿון „כעזבאָלאַ‟ ווילן נישט קיין עסקאַלאַציע פֿונעם קאָנפֿליקט. זי האָט צוגעגעבן, אַז אַ געוויסער ישׂראלדיקער זיכערהייט־קוואַל האָט באַשטעטיקט, אַז צה״ל האָט דורכגעפֿירט אַ העליקאָפּטער־אָפּעראַציע אינעם גולן־ראַיאָן. די ישׂראלדיקע רעגירונג האָט עס אָבער אָפֿיציעל נישט באַשטעטיקט.