צוטריטלעכע זומער־לאַגערן פֿאַר אָרעמע משפּחות

Program Connects Discount-Seeking Families With Camps

מיידלעך שפּילן זיך אינעם ייִדישן לאַגער JRF, וואָס געפֿינט זיך אין סאַוט־סטערלינג, פּענסילוועניע
Courtesy of Camp JRF
מיידלעך שפּילן זיך אינעם ייִדישן לאַגער JRF, וואָס געפֿינט זיך אין סאַוט־סטערלינג, פּענסילוועניע

פֿון דזשולי ווינער (ייִט״אַ)

Published January 21, 2015, issue of February 06, 2015.

דאָס פֿאַרגאַנגענע יאָר, האָט אַנדרעאַ לאַס, אַ פֿרוי פֿון ניו־דזשערזי, זיך געקליבן אָפּצושיקן איר זון און טאָכטער אינעם ייִדישן זומער־לאַגער JRF. די קינדער האָבן געהערט פֿון זייערע חבֿרים, אַז דאָס איז אַ באַטעמט אָרט. אַפֿילו מיט אַ הנחה האָט די משפּחה אָבער נישט געקענט זיך דערלויבן צו באַצאָלן דעם הויכן פּרײַז.

יצחק סאַפּאָסניק, דער דירעקטאָר פֿונעם קעמפּ, האָט געגעבן אַן עצה: צו פֿאַרבינדן זיך מיט דער וועבזײַט BunkConnect, וואָס העלפֿט אָרעמע משפּחות צו געפֿינען אַן אָרט פֿאַר זייערע קינדער אין אַ ייִדישן זומער־לאַגער. לאַס האָט דערציילט, אַז אַ דאַנק דער דאָזיקער וועבזײַט האָט זיך איר גרינג אײַנגעגעבן אָפּצושיקן ביידע קינדער כּמעט אויף דרײַ וואָכן בלויז פֿאַר 20־30 פּראָצענט פֿונעם געוויינטלעכן פּרײַז.

הײַיאָר, האָט די אינטערנעץ־פּראָגראַם אָנגעהויבן פֿונקציאָנירן מיטן פֿולן כּוח. בײַם אָנהייב, זענען אין איר געווען באַטייליקט 35 קינדער־לאַגערן אינעם מיזרחדיקן ראַיאָן פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן, אַרײַנגערעכנט דעם דערמאָנטן JRF; איצט פֿאַראייניקט די פּראָגראַם 75 לאַגערן. אַלע אַפֿיליִיִרטע אין דער „פֿונדאַציע פֿון ייִדישע קעמפּס‟ קאָנען זיך באַטייליקן אין דער נעץ. אין דער צוקונפֿט, פּלאַנירט מען צו פֿאַרברייטערן די טעטיקייט אין קאַנאַדע. די פּראָגראַם לייגט פֿאָר הנחות פֿון 40 ביז 80 פּראָצענט פֿאַר די משפּחות, וואָס שיקן די קינדער צום ערשטן מאָל אין אַ קעמפּ מיט אַ נאַכטלעגער.

דער געדאַנק באַשטייט אין דעם, וואָס אַ טייל ייִדישע קעמפּס האָבן צופֿיל בעטן, וואָס בלײַבן ליידיק; מע לייגט זיי פֿאָר פֿאַר די משפּחות, וואָס זענען נישט בכּוח צו באַצאָלן דעם געוויינטלעכן הויכן פּרײַז. ווי אַ רעזולטאַט, זענען סײַ די משפּחות, סײַ די לאַגערן, צופֿרידן.

דזשערעמי פֿינגערמאַן, דער פֿאַרוואַלטער פֿון דער „פֿונדאַציע פֿון ייִדישע קעמפּס‟ האָט דערקלערט, אַז איידער די טאַמע־מאַמעס געפֿינען אַן אָרט פֿאַר זייער קינדער אין אַ זומער־לאַגער, מוזן זיי קודם אויסגעפֿינען, צי דאָס אויסגעקליבענע אָרט שטימט מיט זייערע באַדערפֿענישן — למשל, אויב זיי זוכן אַ כּשרן קעמפּ אָדער הילף פֿאַר קינדער, וואָס לײַדן פֿון אַ געוויסער מעדיצינישער פּראָבלעם. פֿינגערמאַן האָט באַטאָנט, אַז צוויי דריטל פֿון די משפּחות, וואָס האָבן זיך באַנוצט מיט דער נײַער פּראָגראַם, האָבן פֿריִער קיינמאָל נישט געשיקט זייערע קינדער אין אַ לאַגער. 90 פּראָצענט פֿון די אויסגעפֿרעגטע עלטערן האָבן איבערגעגעבן, אַז אָן דער הילף פֿון דער וועבזײַט וואָלטן זיי נישט געשיקט זייערע קינדער אין אַ קעמפּ בכלל.