12 פֿאַרוווּנדיקט אין מעסער־אַטאַק אין תּל־אָבֿיבֿ

12 Wounded in Tel Aviv Knife Aattack

באַלד נאָך דעם אַטאַק אין תּל־אָבֿיבֿ, דעם 21סטן יאַנואַר
Getty Images
באַלד נאָך דעם אַטאַק אין תּל־אָבֿיבֿ, דעם 21סטן יאַנואַר

פֿון ייִט״אַ

Published January 21, 2015, issue of February 06, 2015.

צום ווייניקסטן, 12 מענטשן זענען מיטוואָך אין דער פֿרי פֿאַרוווּנדיקט געוואָרן, ווען אַ פּאַלעסטינער איז אַרײַן אין אַן אויטאָבוס נומער 40 אין תּל־אָבֿיבֿ און מיט אַ מעסער זיך אַרויפֿגעוואָרפֿן אויפֿן שאָפֿער און די פּאַסאַזשירן. פֿיר פֿון די פֿאַרוווּנדיקטע, אַרײַנגערעכנט דעם שאָפֿער, געפֿינען זיך אין אַן ערנסטן מצבֿ.

דער 23־יאָריקער טעראָריסט, כאַמזאַ מאָהאַמעד כאַסאַן מאַטרוק — אַ פּאַלעסטינער פֿון טולקאַרעם, אויפֿן מערבֿ־ברעג, וועלכער האָט זיך אומלעגאַל אַרײַנגעגנבֿעט אין ישׂראל — איז נאָכן אַטאַק אַרויסגעלאָפֿן פֿון אויטאָבוס, אָבער איז פֿאַרוווּנדעט געוואָרן אין פֿוס דורך עטלעכע פּאָליציאַנטן פֿונעם תּפֿיסה־דינסט, וועלכע זענען גראַדע געשטאַנען דערבײַ, און ער איז אַרעסטירט געוואָרן.

דאָס איז דער ערשטער טעראָריסטישער אַטאַק אין תּל־אָבֿיבֿ זינט ס‘איז אין אַ באַן־סטאַנציע דערשטאָכן געוואָרן אַ סאָלדאַט אויף טויט אין נאָוועמבער.

דער ישׂראלדיקער פּרעמיער בנימין נתניהו האָט געלויבט די תּפֿיסה־פּאָליציי, און פֿאַרבונדן דעם אַטאַק מיט די טעראָריסטישע אַקציעס לעצטנס אין פֿראַנקרײַך און בעלגיע. ער האָט אויך באַשולדיקט די פּאַלעסטינער הויכע באַאַמטע פֿאַר פּראָוואָצירן דעם אַטאַק.

„דער אַטאַק אין תּל־אָבֿיבֿ איז אַ דירעקטער רעזולטאַט פֿון דער סמיקער העצע, פֿאַרשפּרייט דורך דער פּאַלעסטינער אינסטאַנץ קעגן די ייִדן און זייער מדינה,‟ האָט נתניהו דערקלערט.

לויט די ישׂראלדיקע נײַעס־באַריכטן, איז דער טעראָריסט אַרײַן אין אויטאָבוס בערך 7:15 אין דער פֿרי און תּיכּף אָנגעהויבן שטעכן די פּאַסאַזשירן. דער שאָפֿער, הערצל ביטון, האָט באַשפּריצט דעם טעראָריסט מיט טרערן־גאַז (pepper spray), בעת דער אַטאַקירער האָט אים געשטאָכן — אַ שריט וואָס האָט דערמעגלעכט די תּפֿיסה־פּאָליציי צו כאַפּן דעם טעראָריסט.

דער קאָמאַנדיר פֿון דער תּל־אָבֿיבֿער פּאָליציי, בנצי סאַו, האָט באַצייכנט דעם אַטאַק ווי „אַ נאַציאָנאַליסטישער אינצידענט‟ און געלויבט ביטונס „אויסגעצייכנטע רעאַקציע‟ אויף אַן אַטאַק. ער האָט צוגעגעבן, אַז מע האָט אָנגעהויבן אַן אויספֿאָרשונג צו באַשטימען, צי דער טעראָריסט האָט געהאַט קאָלאַבאָראַטאָרן.