אָבאַמאַ: וועטאָ קעגן נײַע איראַן־סאַנקציעס

Obama Pledges to Veto New Iran Sanctions

פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ טרעט אויף מיט זײַן יערלעכער רעדע, וואַשינגטאָן, יאַנואַר 20, 2015
Getty Images
פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ טרעט אויף מיט זײַן יערלעכער רעדע, וואַשינגטאָן, יאַנואַר 20, 2015

פֿון ייִט״אַ

Published January 22, 2015, issue of February 06, 2015.

דינסטיק, דעם 20סטן יאַנואַר, בעת זײַן יערלעכן אויפֿטריט וועגן דעם מצבֿ אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, האָט דער אַמעריקאַנער פּרעזידענט, באַראַק אָבאַמאַ, דערקלערט, אַז מיט זײַן וועטאָ־כּוח וועט ער נישט דערלאָזן קיין נײַע סאַנקציעס קעגן איראַן.

אינעם צוגעגרייטן טעקסט פֿון דער רעדע, וואָס דאָס „ווײַסע הויז‟ האָט פֿאַרעפֿנטלעכט אויף דער אינטערנעץ גלײַך פֿאַרן אויפֿטריט, באַטאָנט אָבאַמאַ, אַז הגם עס בלײַבט דערווײַל נישט קלאָר, צי די פֿאַרהאַנדלונגען מיט איראַן וועלן דורכגיין מיט מזל, וועט ער נישט מסכּים זײַן אײַנצופֿירן נײַע סאַנקציעס מצד דעם קאָנגרעס. אין דער זעלבער צײַט, האָט דער פּרעזידענט צוגעגעבן, אַז ער וועט בשום־אופֿן נישט דערלאָזן, אַז איראַן זאָל שאַפֿן דאָס נוקלעאַרע געווער. אַדרבה, נײַע סאַנקציעס וואָלטן דווקא פּראָוואָצירט די איראַנישע רעגירונג צו פֿאַרגעסן וועגן דיפּלאָמאַטיע און ממשיך צו זײַן די נוקלעאַרע פּראָגראַם.

דער דעמאָקראַטישער צד אינעם זאַל האָט באַגריסט מיט אַפּלאָדיסמענטן אָבאַמאַס צוזאָג אויסצונוצן זײַן וועטאָ־רעכט. די איראַנישע רעגירונג גרייט זיך איצט צו פֿאַרהאַנדלונגען מיט די גרעסטע וועלט־כּוחות, האָפֿנדיק פּטור צו ווערן פֿון די שווערע סאַנקציעס. להיפּוך, האָבן צוויי סענאַטאָרן, דער רעפּובליקאַנער מאַרק קערק פֿון אילינוי און דער דעמאָקראַט ראָבערט מענענדעז פֿון ניו־דזשערזי, פּלאַנירט אַרויפֿצולייגן אויף איראַן אַ נײַע סעריע שטראָפֿן.

„אייפּעק‟, די ישׂראלדיקע לאָבי־אָרגאַניזאַציע, האָט שטאַרק געשטיצט די דאָזיקע איניציאַטיוו. אַזאַ שריט וואָלט אָבער אונטערגעריסן דעם דיפּלאָמאַטישן פּראָצעס. דער רעפּובליקאַנער סענאַטאָר עד רויס פֿון קאַליפֿאָרניע, וועלכער פֿירט אָן מיטן קאָמיטעט פֿון אויסערן־ענינים בײַם „רעפּרעזענטאַנטן־הויז‟, איז אויפֿגעטראָטן קעגן אָבאַמאַס באַשלוס און געטענהט, אַז דער פּרעזידענט האָט געמאַכט „אַ פֿאַלשע ברירה‟.

אָבאַמאַס וועטאָ־צוזאָג איז אַ טייל פֿון זײַן אַלגעמיינעם צוגאַנג צו פּאָליטיק, לויט וועלכן דיפּלאָמאַטיע האָט פּונקט אַזאַ כּוח, ווי צוואַנג־מיטלען. אין זײַט אויפֿטריט, האָט ער פֿאַרדאַמט אַנטיסעמיטיזם און דערקלערט, אַז צוליב דער זעלבער סיבה מוזן די אַמעריקאַנער אָפּוואַרפֿן די קסענאָפֿאָבישע סטערעאָטיפּן קעגן די מוסולמענער.