ווען וועט קומען די ישועה?

When Will We Finally See Our Redemption?

Max Gershman

פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן

Published January 22, 2015, issue of February 06, 2015.

איך גיי זיך דאָ טיילן מיט אײַך מיט אַ געדאַנק, וואָס איז מיך באַפֿאַלן די טעג און האָף, אַז מען וועט מיך נישט קעפּן, נישט פֿאַרשטיינערן אָדער אַרײַנלייגן אין חרם. איר ווייסט דאָך, אַז מ׳טאָר זיך נישט צורירן צו די דרײַ וועלט־רעליגיעס, שוין אָפּגערעדט פֿון דער אייגענער — ס׳איז אסור. די קאַרטוניסטן אין פּאַריז האָבן דערפֿאַר טײַער באַצאָלט מיטן לעבן, און צוליב וואָס? צוליב אויסדריקן אַן אייגענעם געדאַנק לגבי אַלע הייליקייטן, אַלע געטלעכקייטן, אַלע גלויבנס; אַ סימן, אַז מ׳מוז גיין ממש אויף אייער־שאָלעכץ, ווײַל מיר רעדן דאָ פֿון אָנרירן די הייליקייטן פֿון די דרײַ גלויבנס, וואָס די מענטשהייט ציט פֿון זיי איר הייליקע יניקה.

האָט מען זיך אײַנגעטיילט אויף דרײַ הויפּט־אמונות, כאָטש עס געפֿינען זיך אויף דער וועלט הונדערטער געטער און געטשקעס אין אינדיע, אין אַפֿריקע, אין אַזיע און אין ווײַטע מקומות, וועלכע זײַנען אונדז פֿרעמד. ווי עס זעט אויס, לעבן זיי זיך אויס אין פֿריידן אָדער אין לײדן. נישט געקוקט אויף די אַלע גליקן, גיי פֿאַרגלײַך די דרײַ מעכטיקע הויפּט־רעליגיעס, ווײַל זיי אַלע האָבן אַ סך געמיינזאַמס. זיי אַלע האָבן געשעפּט פֿון אונדזערע געטלעכע קוואַלן; זאָל זיי ווויל באַקומען, ווען זיי צעקאַליעטשען עס נישט.

ווען די וועלט וואָלט זיך געהאַלטן בײַ די צען געבאָט, וואָלט עס געסטײַעט פֿאַר אונדז אַלעמען אויף אייביק. איך דערמאָן זיך אינעם מאָנומענטאַלן ווערק פֿון חיים גראַדע און זײַן „וויכּוח מיט הערש ראַסײַנער‟, וווּ דער פֿרומער הערש ראַסײַנער, אַ געראַטעוועטער פֿון היטלערס שעכט־הויז, טענהט:

„אַוודאי גלייב איך, מ׳קען דאָך אָנטאַפּן די השגחה פּרטית [פּערזענלעכע גאָטהייט וואָס האַלט אַן אויג אויף יעדן מענטש באַזונדער], איר שטעלט זיך פֿאָר אַזאַ מאמין וואָס גלייבט, אַז דער אייבערשטער געפֿינט זיך נאָר דאָרט, וווּ עס זײַנען דאָ וועלדער מיט פּאָמעראַנצן און וווּ ער (ג אָט) געפֿינט זיך נישט, חס־ושלום, וווּ געפֿינט ער זיך נישט, דאָרט וווּ עס איז מידבר און וויסטעניש, איר ווייסט, דאָך וואָס עס שטייט: ’כּשם האָדם‘, דאָרט וווּ אַ מענטש דאַרף מאַכן אַ ברכה אויף גוטס, אַזוי דאַרף ער אויך מאַכן אַ ברכה אויף שלעכטס!…‟

נאָכן איבערלייענען דעם פּרק, איז מיר אײַנגעפֿאַלן אַ ווילדער געדאַנק, גאָט האָט דאָך אונדז באַשאַפֿן אין זײַן געשטאַלט. פֿאַרשטיי איך נישט, אויב שוין יאָ אין זײַן געשטאַלט, פֿון וואַנען קומט צום מענטש די רציחה, די קינאה, די שׂינאה, צו גנבֿות, גזירות, מיט איין וואָרט, די אוממענטשלעכקייט, צי לאָמיר זאָגן, די אומגעטלעכקייט?..



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.