פּרעמיע פֿאַר אַ באַאַרבעטונג פֿון אַ ייִדישער קינדער־מעשׂה

Adaptation of Yiddish Tale Top Winner of Sydney Taylor Awards


פֿון ייִט״אַ

Published January 23, 2015, issue of February 23, 2015.

אַ נײַע באַאַרבעטונג פֿון אַ קלאַסישער ייִדישער פֿאָלקס־מעשׂה און אַ ייִדיש פֿאָלקסליד האָט מען אויסגעוויילט צווישן די הויפּט־געווינער פֿון די הײַיאָריקע פּרעמיעס אויפֿן נאָמען פֿון סידניי טיילאָר, לכּבֿוד די בעסטע קינדער־ביכער אויף אַ ייִדישער טעמע. די פּרעמיעס ווערן צוגעטיילט דורך דער „אַסאָציאַציע פֿון ייִדישע ביבליאָטעקן‟.

מע האָט אויך צוגעטיילט פּרעמיעס צו אַ גראַפֿישן ראָמאַן און אַ נײַעם נוסח פֿון דער מעשׂה פֿון נח, אָנגעשריבן פֿאַר צענערלינגען, האָט די אַסאָציאַציע אַנאָנסירט.

„מײַן זיידעס רעקל‟ פֿון דזשים איילסוואָרט, מיט אילוסטראַציעס פֿון באַרבאַראַ מעקלינטאָק, האָט באַקומען די בכּבֿודיקע פּרעמיע פֿאַר ביכער פֿאַר יונגע לייענער. דאָס ביכל שטעלט פֿאָר אַ יונג מיידל, וואָס דערציילט וועגן דעם לעבן פֿון איר זיידן, אַן אימיגראַנט, וואָס אַרבעט ווי אַ שנײַדער. דער גאַנצער טעקסט פֿונעם בוך איז געגראַמט, און אַדאַפּטירט געוואָרן פֿון אַ ייִדיש פֿאָלקסליד. ווען דעם זיידנס אַליין־געמאַכט רעקל ווערט אָפּגעניצט, נייט ער עס איבער אין אַ זשאַקעט, דערנאָך אין אַ וועסטל, אַ קראַוואַט און שפּעטער - אַ שפּילעכל פֿאַר זײַן אייניקל.

„באַהאַלטן: די לעבנס־געשיכטע פֿון אַ קינד בעתן חורבן‟ פֿון לויִק דאַוּווילער, מאַרק ליזאַנאָ און גרעג סאַלסעדאָ, האָט באַקומען די פּרעמיע פֿאַר ביכער פֿאַר עלטערע לייענער. דאָס איז אַ גראַפֿישער ראָמאַן מיט קאָלירטע אילוסטראַציעס, וועלכער דערציילט די מעשׂה פֿון אַ באָבע, וואָס דערקלערט, ווי אַזוי זי האָט איבערגעלעבט דעם חורבן, אַ דאַנק דער הילף פֿון עטלעכע מוטיקע שכנים און משפּחות.

דער ראָמאַן „שטורעם‟ פֿון דאָנאַ דזשאָו נאַפּאָלי האָט באַקומען די פּרעמיע פֿאַר ביכער פֿאַר צענערלינגען. דאָ רעדט זיך וועגן אַ מיידל, וואָס באַהאַלט זיך אויף נחס תּיבֿה, און גיט איבער וועגן דעם טאָג־טעגלעכן לעבן פֿון נח, זײַן משפּחה און די בעלי־חיים, וואָס האָבן זיך דאָרטן אויפֿגעהאַלטן.

מע האָט אויך צוגעטיילט אויסצייכענונגען לכּבֿוד 22 אַנדערע בכּבֿודיקע ביכער. די פּרעמיעס, וואָס וועלן צוגעטיילט ווערן אין יוני, טראָגן דעם נאָמען פֿון סידניי טיילאָר, דער מחבר פֿון דער קלאַסישער ביכער־סעריע „אַלץ פֿון איין מין‟, וואָס דערציילט וועגן דעם לעבן פֿון אַ משפּחה ייִדישע אימיגראַנטן. די סעריע האָט מען לכתּחילה אַרויסגעגעבן אין די 1950ער יאָרן.