ייִדיש איבער דער וועלט

Yiddish Around the World

פֿון דזשאָרדין קוציק

Published January 25, 2015, issue of February 23, 2015.

נײַער זשורנאַל געווידמעט ייִדיש־שטודיעס

לעצטנס, האָט זיך פֿאַרשפּרייט די ידיעה, אַז מע האָט לאַנצירט אַ נײַעם דיגיטאַלישן זשורנאַל פֿון ייִדיש־שטודיעס, צוזאַמען מיט אַן אינטעראַקטיוון וועבזײַטל. דער נאָמען סײַ פֿונעם זשורנאַל און סײַ פֿונעם וועבזײַטל, „אין געוועב‟, האָט מען גענומען פֿון אַ ליד פֿון יהואָש (יהושע בלומגאַרטן). דער נאָמען איז אַ ווערטערשפּיל פֿון דעם, אַז דער זשורנאַל וועט עקזיסטירן בלויז אויף דער אינטערנעץ, וואָס מע פֿלעג רופֿן אויף ענגליש „דאָס אַלוועלטלעכע געוועב‟ (the world wide web).

די נײַע וועבזײַט וועט באַשטיין פֿון פֿיר טיילן. דער ערשטער טייל וועט זײַן אַ וויסנשאַפֿטלעכער זשורנאַל פֿון דער ייִדיש־פֿאָרשונג, אין וועלכן אַלע אָנגענומענע פֿאָרש־אַרבעטן און אַרטיקלען וועלן געלייענט ווערן דורך אַ ריי פֿאָרשער און עקספּערטן אינעם פֿעלד, ווי עס פּאַסט פֿאַר אַן ערנסטער אַקאַדעמישער אויסגאַבע. די רעדאַקציע וועט אָננעמען אַרטיקלען וועגן געשיכטע, ליטעראַטור, פֿאָלקלאָר, רעליגיע, פֿילם־שטודיעס, מוזיקאָלאָגיע, פּאָליטישער וויסנשאַפֿט און אַנטראָפּאָלאָגיע. דער צווייטער טייל וועט אַרײַננעמען ענגלישע איבערזעצונגען פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור אין אַלע זשאַנערן און פֿון אַלע לענדער און צײַטן. מע וועט באַצאָלן די איבערזעצער אַ קליינעם האָנאָראַר פֿאַר זייער אַרבעט. דער דריטער טייל וועט באַהאַנדלען מאַטעריאַלן פֿאַרן לערנען ייִדיש: פּעדאַגאָגישע אָנווײַזונגען פֿאַר לערער; לעקציעס, וואָס זענען צוגעפּאַסט אויף פֿאַרשידענע ניוואָען; און עסייען וועגן ווי אַזוי צו לערנען ייִדיש. דער פֿערטער טייל וועט זײַן אַ בלאָג, וואָס וועט אַרײַננעמען ידיעות וועגן דער הײַנטצײַטיקער ייִדישער קולטור, עסייען און ביכער־רעצענזיעס, אינטערוויוען, אַלטע דאָקומענטן, ווידעאָס און ראַדיאָ־באַריכטן.

„אין געוועב‟ ווערט אונטערגעשטיצט פֿון דער „נעמי פּראַווער־קדר‟־פֿונדאַציע. די אָנפֿירער פֿונעם פּראָיעקט זענען בדרך־כּלל יונגע פֿאָרשער און אַקאַדעמיקער: די צוויי גרינדנדיקע רעדאַקטאָרן פֿונעם זשורנאַל זענען איתן קענסקי (האַרוואַרד־אוניווערסיטעט), און שאול זעריט (ייִדישער טעאָלאָגישער סעמינאַר). די זשורנאַל־פֿאַרוואַלטערינס זענען מאַדעלין כּהן (קאַליפֿאָרניער אוניווערסיטעט אין בערקעלי) און שׂרה זאַראָ (ניו־יאָריקער אוניווערסיטעט), און דער רעדאַקציע־קאָלעגיום באַשטייט פֿון סטעפֿאַני האַלפּערן (ייִדישער טעאָלאָגישער סעמינאַר), אַלכּסנדרה האָפֿמאַן (מישיגאַנער אוניווערסיטעט), דזשעסיקאַ קירזיין (קאָלאָמביע־אוניווערסיטעט), חנה פּאָלין־גלאַי (תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט), שׂרה פּאָניקטעראַ (צענטער פֿאַר דער ייִדישער געשיכטע), שמואל שפּינער (דזשאָנס האָפּקינס־אוניווערסיטעט), מאַרגאָט וואַלס (מישיגין־סטייט) און סוני יודקאָף (שיקאַגער אוניווערסיטעט). דער בעל־יועץ פֿונעם זשורנאַל איז ד״ר דוד ראָסקעס (ייִדישער טעאָלאָגישער סעמינאַר).

דער זשורנאַל וועט אָננעמען מאַטעריאַלן אויפֿן ערשטן נומער ביזן 2טן מאַרץ. אַלע אַרטיקלען, ידיעת און פֿאָרשלאָגן וכּדומה מוזן געשריבן ווערן אויף ענגליש. נאָך אינפֿאָרמאַציע: באַזוכט http://ingeveb.org.



Would you like to receive updates about new stories?








You may also be interested in our English-language newsletters:















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.