נישט אויפֿן אָרט פֿון דער וואַרשעווער געטאָ!

Anywhere But on the Warsaw Ghetto Site!

שׂימחה רותּם, איינער פֿון די לעצטע געבליבענע קעמפֿער פֿון וואַרשעווער געטאָ, שרײַבט אונטער דעם עפֿנטלעכן בריוו, פּראָטעסטירנדיק קעגן דעם באַשלוס צו שטעלן דעם מאָנומענט אויפֿן אָרט פֿון דער וואַרשעווער געטאָ, דעם 21סטן יאַנואַר, וואַרשע.

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

Published January 25, 2015, issue of February 23, 2015.

עס האַלט אין איין וואַקסן די קריטיק קעגן דעם פּלאַן אויפֿצושטעלן לעבן דעם נײַעם „מוזיי פֿון דער געשיכטע פֿון די פּוילישע ייִדן‟ אַ מאָנומענט פֿאַר די פּוילישע חסידי־אומות־העולם. דער מוזיי שטייט אויפֿן אָרט פֿון דער געוועזענער וואַרשעווער געטאָ.

אויף אַ פּוילישער „פֿייסבוק‟־זײַט, געווידמעט דעם באַגריף פֿונעם וואַרשעווער געטאָ־פּלאַץ ווי אַ ריין־ייִדישן דענקמאָל, ווערט דערקלערט: „דאָס אָרט, וווּ עס שטייט דער דענקמאָל לזכּרון די געטאָ־קעמפֿער, רעפּרעזענטירט די אַכזריותדיקע שחיטה פֿון די פּוילישע ייִדן הינטער די געטאָ־ווענט. אַוועקשטעלן אַ צווייטן מאָנומענט אויף דעם אָרט, אַפֿילו פֿאַר די העלדישע פּאָליאַקן, איז שטאַרק אומסענסיטיוו און ענדערט אין גאַנצן דעם פֿאַרשטאַנד פֿונעם גורל פֿונעם וואַרשעווער געטאָ‟.

די „פֿייסבוק‟־זײַט האָט שוין צוגעצויגן מער ווי 850 „לײַקס‟.

די וואָך האָט די זײַט אַרויפֿגעשטעלט אַן עפֿנטלעכן בריוו פֿונעם 22סטן יאַנואַר, אונטערגעשריבן פֿון צוויי פֿון די לעצטע לעבן־געבליבענע קעמפֿער פֿונעם וואַרשעווער געטאָ־אויפֿשטאַנד — שׂימחה רותּם און פּנינה גרינשפּאַן־פֿרימער — פּראָטעסטירנדיק קעגן שטעלן דעם מאָנומענט פֿאַר די פּוילישע ראַטירער אויפֿן אָרט פֿון דער געוועזענער געטאָ. דער בריוו איז אויך געשיקט געוואָרן צום פּוילישן פּרעזידענט און דער וואַרשעווער בירגער־מײַסטערין.

לויט הענרי לעווקאָוויץ, דער גרינדער און אַדמיניסטראַטאָר פֿון דער „פֿייסבוק‟־זײַט, האָבן שוין מער ווי 1,000 מענטשן זיך אָפּגערופֿן זינט איר גרינדונג אין יוני 2014, און כּמעט אַלע שטיצן דעם רוף אויסצוקלײַבן אַ צווייט אָרט פֿאַרן פּלאַנירטן מאָנומענט. צווישן די שטיצער: דער פּוילישער צענטער פֿון חורבן־פֿאָרשונג, דער ייִדישער היסטאָרישער אינסטיטוט, ווי אויך אָנגעזעענע שרײַבער, זשורנאַליסטן, היסטאָריקער, אַרכיוויסטן און כּלל־טוער.

אַ סך פֿון זיי זענען קינדער פֿון די לעבן־געבליבענע, וועלכע זענען געבוירן געוואָרן אין פּוילן נאָכן חורבן, און האָבן פֿאַרבראַכט דאָרט זייערע קינדער־יאָרן, ביז די אַנטיסעמיטישע קאַמפּאַניע פֿון דער רעגירונג אין 1968 האָט זיי פֿאַרטריבן פֿונעם לאַנד. בערך 25,000 ייִדן האָבן עמיגרירט צווישן 1968 און 1970.

אַ סך ייִדן, וועלכע פּראָטעסטירן קעגן דעם פּלאַן, זענען אַליין פּויליש־געבוירענע קינדער פֿון די שארית־הפּליטהניקעס. אויפֿן בילד: אַ דעלעגאַציע תּלמידים פֿון דער לאָדזשער „י. ל. פּרץ שול‟, באַזוכן דעם דענקמאָל פֿון די ייִדישע געטאָ־קעמפֿער, אין וואַרשע, אין יאָר 1965
Henry Lewkowicz

Would you like to receive updates about new stories?

We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.