דער חורבן בלײַבט נאָך אַלץ אַ סכּנה

Danger of a New Holocaust?


פֿון איתן פֿינקעלשטיין

Published January 26, 2015, issue of February 23, 2015.

בײַנאַכט, צווישן דעם 26סטן און 27סטן יאַנואַר פֿונעם יאָר 1945, איז די סאָוועטישע אַרמיי בראָש מיטן גענעראַל וואַסילי פּעטרענקאָ אַרײַן אינעם נאַצי־לאַגער אוישוויץ — אַ קליין אָרט אויף אונדזער גרויסן פּלאַנעט מיט אַ שטח פֿון בלויז 500 העקטאַר, וווּ עס זענען פֿאַרטיליקט געוואָרן 1,100 טויזנט ייִדן, 140 טויזנט פּאָליאַקן, 22 טויזנט ציגײַנער, 12 טויזנט רוסן און 25 טויזנט פֿאָרשטייער פֿון אַנדערע פֿעלקער. אַוודאי, האָבן די סאַוועטישע סאָלדאַטן דעמאָלט נישט געוווּסט, אַז זיי האָבן באַפֿרײַט דעם קאָנצענטראַציע־לאַגער, וואָס זײַן עצם־נאָמען איז שפּעטער געוואָרן אַ סימבאָל פֿון נאַצי־פֿאַרברעכנס בכלל, און פֿונעם ייִדישן חורבן בפֿרט. ווייניק מענטשן אין דער וועלט האָבן דעמאָלט זיך משער געווען דעם פֿאַרנעם פֿון דער נאַצי־רציחה אין אויסשוויץ.

עס זענען פֿאַרגאַנגען צענדליקער יאָר נאָך דער מלחמה. אינעם באַוווּסטזײַן פֿון מיליאָנען מענטשן אין אייראָפּע און אַרום דער וועלט איז אײַנגעוואָרצלט געוואָרן, אַז דער חורבן איז געווען דאָס שוידערלעכסטע פֿאַרברעכן אין דער מענטשלעכער געשיכטע. די גענעראַל־אַסאַמבלעע בײַ דער „יו־ען‟ האָט דערקלערט דעם אינטערנאַציאָנאַלן טאָג פֿון חורבן־הזכּרה; צום ערשטן מאָל, האָט מען די דאָזיקע דאַטע אָפּגעמערקט דעם 27סטן יאַנואַר 2005 — מיט 60 יאָר נאָך דעם טאָג, ווען מע האָט באַפֿרײַט דעם „עיקרדיקן‟ נאַציסטישן טויט־לאַגער.

דעמאָלט, מיט 10 יאָר צוריק, זענען אַ ריי אייראָפּעיִשע פּרעזידענטן, פּרעמיער־מיניסטאָרן און אַנדערע הויכראַנגיקע מלוכה־פֿאָרשטייער אויפֿגעטראָטן מיט פֿלאַמיקע רעדעס, פֿאַרדאַמענדיק די נאַציס און צוזאָגנדיק קיינמאָל מער נישט צו דערלאָזן אַזאַ רציחה. זינט דעמאָלט, האָט די געאָגראַפֿיע פֿון די הזכּרה־צערעמאָניעס געהאַלטן אין איין זיך פֿאַרברייטערן פֿון יאָר צו יאָר. אין אַ סך אייראָפּעיִשע שטעט האָט מען אָפֿיציעל אָנגענומען די דאַטע. אַחוץ דעם, האָט מען אין אַ ריי לענדער פֿאַררעכנט די חורבן־אָפּלייקענונג ווי אַן ערנסטן פֿאַרברעכן; אין די עפֿנטלעכע שולן האָט מען אײַנגעפֿירט חורבן־שטודיעס; אַלץ מער קרבנות פֿונעם חורבן און זייער יורשים האָבן באַקומען אַ קאָמפּענסאַציע.