אַ דריטל דײַטשן זאָגן, אַז ישׂראל־ און נאַצי־פּאָליטיק זענען ענלעך

One-Third of Germans: Israeli and Nazi Policies Similar

אַ דעמאָנסטראַנט אין בערלין פּראָטעסטירט קעגן דער ישׂראלדיקער מיליטערישער אָפּעראַציע אין עזה, דעם 17טן יולי
Getty Images
אַ דעמאָנסטראַנט אין בערלין פּראָטעסטירט קעגן דער ישׂראלדיקער מיליטערישער אָפּעראַציע אין עזה, דעם 17טן יולי

פֿון ייִט״אַ

Published January 27, 2015, issue of February 23, 2015.

בערלין. — מער ווי אַ דריטל דײַטשן האַלטן, אַז די ישׂראלדיקע פּאָליטיק וואָס שייך די פּאַלעסטינער, איז די זעלבע, וואָס די נאַצי־פּאָליטיק איז געווען צו די ייִדן, גיט איבער אַ נײַע אַנקעטע. דער באַריכט, „דײַטשלאַנד און ישׂראל הײַנט־צו־טאָג: פֿאַרבונדן דורך דער פֿאַרגאַנגענהייט, צעטיילט דורך דער איצטיקער צײַט?‟ — אַ שטודיע פֿון 1,000 דײַטשן, 18 יאָר אַלט און עלטער, איז פּובליקירט געוואָרן מאָנטיק, איין טאָג פֿאַרן „אינטערנאַציאָנאַלן טאָג צו געדענקען דעם חורבן‟. די אַנקעטע, וואָס איז דורכגעפֿירט געוואָרן אין אָטקאָבער דורך דער „דײַטשער בערטעלסמאַן־פֿונדאַציע‟, האָט אַנטדעקט, אַז הגם אַ סך דײַטשן מײַדן אויס צו רעדן וועגן דעם חורבן, זענען זיי יאָ גרייט צו פֿאַרגלײַכן די ישׂראל־שטעלונג צו די פּאַלעסטינער מיט דער פּאָליטיק פֿון נאַצי־דײַטשלאַנד. צווישן די רעזולטאַטן, זעט מען, אַז 35% פֿון די באַטייליקטע האָבן געזאָגט, אַז די צוויי שטעלונגען זענען ענלעך. אינעם יאָר 2007 האָבן 30% דײַטשן אַזוי געזאָגט. אַזאַ מיינונג איז געווען מער פֿאַרשפּרייט צווישן די ווייניק־געבילדעטע דײַטשן. אַחוץ דעם, האָבן 48% געהאַט אַ נעגאַטיווע מיינונג פֿון ישׂראל בכלל, אַרײַנגערעכנט ס׳רובֿ פֿון די מענטשן צווישן 18 און 29 יאָר. 36% פֿון די דײַטשן האָבן אויסגעדריקט אַ פּאָזיטיווע מיינונג פֿון ישׂראל. וואָס שייך דעם חורבן, האָבן 58% דײַטשן געזאָגט, אַז ס׳איז געקומען די צײַט צו פֿאַרגעסן וועגן דער פֿאַרגאַנגענהייט. 38% האָבן געזאָגט, אַז מע טאָר עס נישט פֿאַרגעסן. לויט סטעפֿאַן וואָפּעל, דער ישׂראל־עקספּערט בײַ דער „בערטעלסמאַן־פֿונדאַציע‟, זענען די רעזולטאַטן פֿון דער שטודיע אַ סימן, אַז מע מוז אָרגאַניזירן „פּערזענלעכע טרעפֿונגען צווישן די יונגע לײַט פֿון ביידע לענדער‟.