װאָס װעט זײַן די צוקונפֿט פֿאַר אונדז, ייִדן, אין פֿראַנקרײַך?

What Does the Future Hold For Us, Jews, in France?

אַ באַוואָפֿנטער סאָלדאַט פּאַטרולירט אַ ייִדישע שיל אין מאַרע, דער ייִדישער קוואַרטאַל פֿון פּאַריז, דעם 12טן יאַנואַר
Getty Images
אַ באַוואָפֿנטער סאָלדאַט פּאַטרולירט אַ ייִדישע שיל אין מאַרע, דער ייִדישער קוואַרטאַל פֿון פּאַריז, דעם 12טן יאַנואַר

פֿון מאַשע פֿאָגעל*

Published January 28, 2015, issue of February 23, 2015.

ס׳איז פֿאַראַן אַ נײַער שפּאַס, װאָס איז פֿאַרשפּרײט איצט צװישן ייִדן אין פֿראַנקרײַך: „נו, צי זאָל מען בלײַבן אָדער פֿאָרן? ייִדן זענען שטאַרק צעשפּאָלטן. אַ טײל פֿון זײ האַלטן, אַז מען מוז זיך גלײַך פּאַקן. דער צװײטער טײל איז נישט מסכּים; ער גלייבט, אַז אַװעקפֿאָרן דאַרף מען, אָבער אַ ביסל שפּעטער.“

די ייִדן אין פֿראַנקרײַך זענען דאָ פֿאַרשידענע סאָרטן; עס זענען דאָ פֿרומע און אַטעיִסטן, טראָצקיסטן און ליבעראַלן — מסתּמא װי אומעטום אױף דער ברײטער װעלט. דערפֿאַר װאָלט ממש שװער געװען צו רעדן װעגן עפּעס אַ גלײַכפֿאָרמיקער פֿראַנצױזישער ייִדישער קהילה. פֿון דעסטװעגן, פֿירן אונדז די אָקערשטיקע אַטענטאַטן אין פּאַריז, און בכלל די כראָנישע באַנײַונג פֿון אַנטיסעמיטיזם צװישן אַ טײל פֿון די ייִנגערע דורות, באַזונדערס, כאָטש נישט נאָר, אין די אָרעמסטע פֿאָרשטעט פֿון פֿראַנקרײַך — צו דער פֿראַגע: אפֿשר זענען דווקא נישט „די קהילה־ייִדן“, נאָר דווקא די ייִדן פֿון פֿאַרשידענע מינים גערעכט, װען זײ פֿילן אַן אומרויִקײט װעגן זײער צוקונפֿט אין זײער אײגענעם לאַנד?

„אַװדאי“, ענטפֿערט שלמה מלכּה (מאַלקאַ), דער דירעקטאָר פֿון „ל’אַרש“, אין אַ צײַטונג פֿון די פֿראַנצױזישע ייִדישע אינסטיטוציעס. „דער װאָס גלייבט, אַז מיר זענען שױן פּטור געװאָרן פֿון די טעראָריסטן, האָט אַ טעות. געװיס, האָט מאַנועל װאַלס, דער פּרעמיער־מיניסטער, שטײַף רעאַגירט אויף די אַטאַקן, װאָס האָבן 17 מענטשן דערהרגעט — זשורנאַליסטן, הומאָריסטן, פּאָליציאַנטן, ייִדן. די סאָלדאַטן פֿון דער פֿראַנצױזישער אַרמײ באַשיצן די ייִדישע שולן און סינאַגאָגעס מעת־לעתנווײַז. נאָר װי לאַנג װעט דאָס קענען אָנגיין? און דערצו, װײַזט זיך אַרױס, אַז צו גיין דאַװנען אונטער דער פֿאַרטײדיקונג פֿון מיליטער, איז בפֿירוש דערנידערנדיק. דערװײַל, איז נישטאָ קײן ברירה; אַז די מאַכט האָט אַזעלכע מיטלען אָנגענומען, מוז אַזוי זײַן, װײַל מע שרעקט זיך, אַז עס קען אַזוינס געשען ווידער.‟

„הײסט עס, אַז דאָס װאָס ס׳האָט פּאַסירט, איז געװען נאָר אַן אָנהײב?‟ — פֿרעג איך אַדריען װינע — אַ יונגער אינזשעניר, װאָס אַרבעט אין פּאַריז און איז אַקאָרשט געװאָרן אַ טאַטע; אַ ייִד, װאָס מע װאָלט אים גערופֿן אין אַמעריקע — אַ קאָנסערװאַטיװער. ער שאַצט אױך אָפּ דאָס בײַזײַן פֿון מיליטער־לײַט פֿאַר זײַן קלײנער פֿאָרשטאָטישער שיל.