ידיעות פֿון מאָסקווע

News from Moscow

פֿון אלכּסנדרה פּאָליאַן

Published January 28, 2015, issue of February 23, 2015.

עס ווערט אָפּגעמערקט דער „טאָג פֿון חורבן‟

דעם 27סטן יאַנואַר, האָט מען אָפּגעמערקט דעם „טאָג פֿון חורבן‟. אין מאָסקווער ייִדישן מוזיי האָט דער אָרקעסטער „מוזיקאַ וויוואַ‟, מאַרק ראָזאָווסקי און זלאַטאַ ראַזדאָלינאַ פֿאָרגעשטעלט דאָס סאַמע באַרימטע ווערק, געווידמעט דעם חורבן — דעם רעקוויעם „דאָס ליד פֿון אויסגעהרגטן ייִדישן פֿאָלק‟. די ישׂראלדיקע קאָמפּאָזיטאָרין זלאַטאַ ראַזדאָלינאַ האָט צוגעפּאַסט די מוזיק צו יצחק קאַצענעלסאָנס פּאָעמע. ס׳איז אויך דעמאָנסטרירט געוואָרן דער פֿילם „קיינעמס לאַנד‟ וועגן טויט־לאַגערן.

אינעם מוזיי האָט זיך געעפֿנט אַ נײַע אויסשטעלונג מיטן נאָמען „אַ מענטש און דער חורבן‟. די אויסשטעלונג באַשטייט פֿון צוויי טיילן.

דער ערשטער טייל הייסט „די אַרכיטעקטור פֿון טויט‟ — עס ווערן דאָרט געוויזן צייכענונגען און בילדער פֿון אוישוויץ און בירקענאַו. דער צווייטער טייל שליסט אײַן בילדער פֿונעם בעלגישן מאָלער יאַן וואַנריט און פֿאָטאָ־בילדער פֿון יעגאָר זאַיקאַ. יאַן וואַנריט האָט געמאָלט פּאָרטרעטן אויפֿן סמך פֿון אַרכיוו־פֿאָטאָבילדער — קאַצעטלער פֿון דער קאַזאַרמע „דאָסין‟, וואָס זענען שפּעטער געשיקט געוואָרן קיין אוישוויץ; און יעגאָר זאַיקאַס פֿאָטאָבילדער ווײַזן די ערטער, וואָס די קאַצעטניקעס האָבן געזען פֿון די באַנען־פֿענצטער, ווען מע האָט זיי געפֿירט אין די לאַגערן — דעמאָלט און איצט. דעם 28סטן יאַנואַר, וועט אין מוזיי פֿאָרקומען אַ שמועס מיט יאַן וואַנריט.

צו דער עפֿענונג פֿון דער אויסשטעלונג איז געקומען דער רוסישער פּרעזידענט וולאַדימיר פּוטין. זײַן באַזוך האָט אויסגעזען גאַנץ קאָנטראָווערסיעל, ווײַל פֿריִער האָט פּוטין זיך אָפּגעזאָגט צו פֿאָרן אויף דער אָנדענק־צערעמאָניע קיין אוישוויץ און קיין פּראָג, וווּהין ער האָט פּלאַנירט צו זײַן, אָבער די היגע ייִדן האָבן פּראָטעסטירט קעגן דעם.

„אשכּולות‟: אַ לעקציע אויף דער טעמע „פֿייגל און הימל‟

דער ביאָלאָג פּאַוועל קוואַרטאַלני און דער תּנ״ך-פֿאָרשער מיכאַיִל סעלעזניאָוו רעדן אויף דער טעמע „פֿייגל אין הימל‟, אין „אשכּולות‟
דער ביאָלאָג פּאַוועל קוואַרטאַלני און דער תּנ״ך-פֿאָרשער מיכאַיִל סעלעזניאָוו רעדן אויף דער טעמע „פֿייגל אין הימל‟, אין „אשכּולות‟

און די לעצטע ידיעה: דער פּראָיעקט „אשכּולות‟ האָט דעם זונטיק אַדורכגעפֿירט אַ באַגעגעניש אויף דער טעמע „פֿייגל אין הימל‟. געהאַלטן רעפֿעראַטן האָבן דער פֿאָרשער פֿון תּנ”ך — מיכאַיִל סעלעזניאָוו, און דער ביאָלאָג — פּאַוועל קוואַרטאַלני. זיי האָבן גערעדט וועגן די פֿייגל, וואָס זײַנען באַקאַנט געווען די ייִדן אין אַנטיקישע צײַטן; וואָס האָבן זיי וועגן די פֿייגל געוווּסט און געמיינט (צי מע מעג צעשטערן אַ נעסט? וואָסערע פֿייגל זענען כּשר און טריף? ווי אַזוי קענען די פֿייגל העלפֿן אין נאַוויגאַציע? וואָס האָט דער מחבר פֿון ספֿר־איובֿ געוווּסט וועגן נעסט־פּאַראַזיטיזם און אַזוי ווײַטער); און ווי ווײַט שטימען די קענטענישן מיט דער מאָדערנער ביאָלאָגישער וויסנשאַפֿט. די באַגעגעניש איז געווען זייער אינטערעסאַנט און פֿול מיט הומאָר.