די יעזידישע מיליץ בעט הילף בײַ ישׂראל

Yazidi Militia Asks Israel For Help

אַ גרופּע איראַקישע יעזידן, וואָס זענען אַנטלאָפֿן פֿון „אײַסיס‟
Getty Images
אַ גרופּע איראַקישע יעזידן, וואָס זענען אַנטלאָפֿן פֿון „אײַסיס‟

פֿון ייִט״אַ

Published January 30, 2015, issue of February 23, 2015.

אַ פֿאָרשטייער פֿון דער יעזידישער מיליץ אין איראַק האָט געבעטן די ישׂראלדיקע רעגירונג צו באַשיצן די יעדיזן, אַן עטניש־רעליגיעזע מינאָריטעט־גרופּע, פֿון די רדיפֿות מצד די מיליטאַנטן פֿון „אײַסיס‟.

לוקמאַן איבראַהים, אַ פּאָלקאָווניק פֿון דער שוץ־אָרגאַניזאַציע, האָט געזאָגט אין אַ שמועס מיט דער נײַעס־וועבזײַט „אַל־מאָניטאָר‟, אַז זײַן מיליץ נייטיקט זיך אין געווער אן הילף. איבראַהים באַמערקט, אַז די ראַדיקאַלע איסלאַמיסטן זענען דער אַלגעמיינער שׂונא פֿון ישׂראל און די יעזידן. איבראַהים האָט צוגעגעבן, אַז זײַן פֿאָלק האָט ליב ייִדן. דערווײַל האָט די ישׂראלדיקע רעגירונג נישט געענטפֿערט אויף דער בקשה.

די 12־טויזנטיקע מיליץ איז אָרגאַניזירט געוואָרן אין אויגוסט, כּדי צו באַשיצן זיך פֿון די „אײַסיס‟־מיליטאַנטן, וועלכע רודפֿן די יעזידן און האָבן דערהרגעט אַ סך פֿון זיי אין פֿאַרשיידענע שטעט. ס׳רובֿ מיליץ־קעמפֿער זענען נישט דורכגעגאַנגען קיין ערנסטע מיליטערישע צוגרייטונג.

מירזאַ דינײַ, אַ יעזידישער קינדער־דאָקטער, וועלכער וווינט אין דײַטשלאַנד, האָט באַמערקט אין אַ שמועס מיט „אַל־מאָניטאָר‟, אַז ס׳איז פֿאַראַן אויך אַ וויכטיקע היסטאָרישע ענלעכע פֿאַרבינדונג צווישן ייִדן און יעזידן: ביידע פֿעלקער האָבן געליטן פֿון גענאָציד. אַזוי ווי די נאַציס, וואָס האָבן געוואָלט פֿאַרטיליקט דאָס גאַנצע ייִדישע פֿאָלק, וויל איצט „אײַסיס‟ אויסשעכטן אַלע פֿאָרשטייער פֿון זײַן אמונה.