זכרונות פֿון די קינדער־יאָרן אין אַ ייִדישער שול

Childhood Memories of Going to Yiddish School

אונדזער קלאַס, בערך 1966: עס שטייט, רעכטס — איציק גאָטעסמאַן; לינקס — חבֿר גאָלדשטיין. עס זיצן, אין דער צווייטער ריי (פֿון רעכטס): יוכבֿד ליבמאַן, אסתּר גרינמאַן, אַבֿרהמל האָפֿמאַן, דודל פֿישמאַן, מײַן שוועסטער גיטל און איך.
Avi Hoffman
אונדזער קלאַס, בערך 1966: עס שטייט, רעכטס — איציק גאָטעסמאַן; לינקס — חבֿר גאָלדשטיין. עס זיצן, אין דער צווייטער ריי (פֿון רעכטס): יוכבֿד ליבמאַן, אסתּר גרינמאַן, אַבֿרהמל האָפֿמאַן, דודל פֿישמאַן, מײַן שוועסטער גיטל און איך.

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

Published February 01, 2015, issue of February 23, 2015.

(די 2 טע זײַט פֿון 4)

אַ צווייטער מיט־תּלמיד מײַנער — דער ייִדישער אַקטיאָר, אַבֿרהם (אַבֿי) האָפֿמאַן — האָט אויך שטאַרק ליב געהאַט צו קומען אין שול. „כ׳האָב דאָרט געפֿילט גרויס שׂימחה און חבֿרשאַפֿט, און נישט נאָר מיט די קינדער,‟ האָט ער באַמערקט. אין PS 95 [די מלוכישע שול, וווּ ער האָט זיך געלערנט אַ גאַנצן טאָג], האָט ער גענומען דאָס לערנען ערנסט, „אָבער דאָ אין 21 — האָב איך זיך געקענט אויסשפּאַנען,‟ האָט ער דערקלערט. „אַחוץ דעם, איז אין ׳פּאָבליק סקול׳ געווען אַ גאָר אַנדערע סבֿיבֿה, די קינדער זענען געווען פֿאַרשידענע — ווײַסע, שוואַרצע, ברוינע, געלע — אָבער אין 21 האָט זיך עס געפֿילט ווי אַ גרויסע משפּחה. ס׳איז געווען מײַן צווייטע היים.‟

מע גרייט זיך צום שול־סדר. פֿון רעכטס: דוד פֿישמאַן (הינטן) און זײַן ברודערל, אַבֿרהמל; אַבֿרהמל האָפֿמאַן און איציק גאָטעסמאַן
David Fishman
מע גרייט זיך צום שול־סדר. פֿון רעכטס: דוד פֿישמאַן (הינטן) און זײַן ברודערל, אַבֿרהמל; אַבֿרהמל האָפֿמאַן און איציק גאָטעסמאַן

די ייִדישע שול איז אים אויך געפֿעלן צוליב אַן אַנדער סיבה: די חנעוודיקע תּלמידה, יוכבֿד ליבמאַן, איז געווען זײַן „חבֿרטע‟. כ׳געדענק נאָך, ווי מיר קינדער האָבן גערייצט זיי ביידן נאָך דעם, ווי אַבֿרהמל האָט איר געגעבן אַ גיכן קוש אין בעקל.

בײַ אַנדערע תּלמידים איז אָבער די איבערלעבונג אין שול 21 נישט תּמיד געווען אַזוי אײַנגענעם. מײַן ייִנגערע שוועסטער, גיטל ווישוואַנאַט, וועלכע אַרבעט הײַנט אויפֿן ענגליש־ייִדישן ווערטערבוך פֿון אונדזער טאַטן, ד״ר מרדכי שעכטער ע״ה, דערציילט, אַז זי איז „אַלע מאָל געווען די ייִנגסטע אין קלאַס — נישט נאָר אין עלטער, נאָר אין פֿאַרשטאַנד.‟ ס׳איז נישט געווען צוליב שפּראַך, ווײַל ייִדיש האָט זי, אַוודאי, גוט געקענט; גיכער איז עס געווען צוליב דעם, וואָס זי איז געווען 1/2־1 יאָר ייִנגער פֿון די אַנדערע תּלמידים. הײַנט חידוש איך זיך טאַקע, פֿאַר וואָס טאַטע־מאַמע האָבן זי נישט פֿאַרשריבן אין אַ קלאַס מיט קינדער פֿון איר עלטער.