40 חרדים אַרעסטירט בעת מאַניפֿעסטאַציע

40 Haredim Arrested at Demonstrations

אַ דעמאָנסטראַציע אין מאַרץ 2014 קעגן דעם, אַז חרדישע בחורים מוזן זיך איצט שטעלן צום פּריזיוו
Getty Images
אַ דעמאָנסטראַציע אין מאַרץ 2014 קעגן דעם, אַז חרדישע בחורים מוזן זיך איצט שטעלן צום פּריזיוו

פֿון ייִט״אַ

Published February 02, 2015, issue of February 23, 2015.

ירושלים. — די ישׂראלדיקע פּאָליציי האָט אַרעסטירט בערך 40 חרדישע דעמאָנסטראַנטן אין דער דרומדיקער שטאָט אַשדוד, בעת אַ מאַניפֿעסטאַציע לטובֿת פֿיר ישיבֿה־בחורים, וועלכע זענען פֿאַראַכטאָגן אַרעסטירט געוואָרן פֿאַר נישט האָבן זיך פֿאַרשריבן אין מיליטער.

הונדערטער חרדישע מענער און ייִנגלעך האָבן מאָנטיק דעמאָנסטרירט אין אַשדוד, ירושלים און אויף געוויסע הויפּט־שנײַדפּונקטן איבערן לאַנד, קעגן דעם אַרעסט פֿון די ישיבֿה־בחורים, וועלכע האָבן זיך נישט באַוויזן בײַם ווערביר־צענטער פֿון צה״ל, אַזוי ווי עס פֿאָדערט דאָס געזעץ. די בחורים האָבן געקאָנט בעטן און באַקומען דערלויבעניש נישט צו דינען אין דער אַרמיי, ווען זיי ווילן.

די דעמאָנסטראַנטן זענען די אָנהענגער פֿון הרבֿ שמואל אויערבאַך, דער פֿירער פֿון אַ נישט־חסידישער שיטה, וואָס רופֿט די ישיבֿה־סטודענטן נישט צו האָבן קיין שום פֿאַרבינדונג מיטן מיליטער, און דאָס נעמט אַרײַן דאָס נישט באַווײַזן זיך אינעם ווערביר־צענטער — אַפֿילו צו בעטן באַפֿרײַט צו ווערן פֿון דינען אין מיליטער, גיט איבער די „דזשערוסאַלעם פּאָסט‟.

די דעמאָנסטראַנטן האָבן נישט געהאַט קיין דערלויבעניש דורכצופֿירן זייער מאַניפֿעסטאַציע.

לויטן געזעץ, וואָס איז דורכגעפֿירט געוואָרן אין מאַרץ 2014, וועלן די חרדים וואָס מײַדן אויס צו שטעלן זיך צום פּריזיוו באַצייכנט ווערן ווי פֿאַרברעכער, כאָטש די שטראָף וועט נישט גילטיק ווערן ביז 2017. דאָס „טל־געזעץ‟, וואָס דערלויבט די חרדים אָפּצולייגן דאָס דינען אין מיליטער אויף אַן אומבאַשטימטער צײַט, איז אָפּגעוואָרפֿן געוואָרן פֿונעם ישׂראלדיקן העכסטן געריכט אין פֿערברואַר 2012, און איז אין גאַנצן אַנולירט געוואָרן אין אויגוסט 2012.