„געבורטרעכט“־נסיעות בײַ די אומות־העולם

Birthright Trips For Non-Jews

אַ גרופּע יונגע־לײַט אױפֿן ברעג פֿון דער אָזערע באַלאַטאָן (װידערטרעף־אונגערן 2014)
אַ גרופּע יונגע־לײַט אױפֿן ברעג פֿון דער אָזערע באַלאַטאָן (װידערטרעף־אונגערן 2014)

פֿון איציק בלימאַן

Published February 03, 2015, issue of February 23, 2015.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

אין משך פֿון צװײ װאָכן טרעפֿט מען זיך מיט חשובֿע אונגערישע פּאָליטיקער, קאָמערסאַנטן און קולטור־טוער. די נסיעה נעמט אױך אַרײַן אַן אַרױספֿאָר אין סערביע אָדער סלאָװאַקײַ, װוּ מע באַקענט זיך מיט אַ חבֿרה יונגע אונגערן, װאָס פּרוּװן אױפֿצוהאַלטן זײער אידענטיטעט, שפּראַך און קולטור אין אַ פֿרעמד לאַנד. די נסיעה קאָסט 1,300 דאָלאַר, און די אַנדערע הוצאָות דעקן פּריװאַטע פּאַטראָנען און די אונגערישע רעגירונג. ס’איז װיכטיק צו דערמאָנען, אַז די גריכישע און אונגערישע פּראָגראַמען נעמען אָן אַפּליקאַציעס פֿון יעדן אײנעם, װאָס זײַנע עלטער־עלטערן האָבן אַ מאָל געלעבט אין גריכנלאַנד אָדער אונגערן. דאָס רובֿ פֿון די באַטײליקטע געהערן צום גריכישן אָדער אונגערישן פֿאָלק, אָבער מע דאַרף נישט זײַן קײן קריסט, כּדי מיטצופֿאָרן מיט די גרופּעס.

צװישן די אַנדערע פּראָגראַמען, װאָס מע האָט בפֿירוש באַזירט אױף „געבורטרעכט־ישׂראל“, איז „געבורטרעכט־אַרמעניע“, װאָס גיט די יונגע אַרמענער (פֿון 20 ביז 32 יאָר אַלט) פֿון צענדליקער לענדער די געלעגנהײט צו פֿאַרברענגען כאָטש פֿיר װאָכן אין דער אַלטער הײם, אַרבעטנדיק װי אַ װאָלונטיר און לערנענדיק זיך די אַרמענישע שפּראַך. נישט געקוקט אױף דעם, װאָס טוריזם איז אַ װיכטיקער קאָמפּאָנענט פֿון דער נסיעה, איז „געבורטרעכט־אַרמעניע“ גיכער אַ פּראָגראַם פֿאַר ציװילדינסט.

אַ יונגע פּאַלעסטינערין פֿון פּאַריז (האַנאַדי יאַהיאַ) מיט מײדלעך אינעם פּלטים־לאַגער „אַיִדאַ“ אין 2013
אַ יונגע פּאַלעסטינערין פֿון פּאַריז (האַנאַדי יאַהיאַ) מיט מײדלעך אינעם פּלטים־לאַגער „אַיִדאַ“ אין 2013

אַז מע רעדט װעגן די פּאַראַלעלן צו „געבורטרעכט“, איז כּדאַי צו דערמאָנען, אַז אױך די פּאַלעסטינער־אַמעריקאַנער האָבן די געלעגנהײט צו פֿאַרלאָזן זײער „גלות“ און פֿאָרן „אַהײם“, כאָטש אױף אַ פּאָר װאָכן. די אָנטײל־נעמער אין „Know Thy Heritage“ [באַקען זיך מיט דײַן קולטור־ירושה], װאָס װערט אונטערגעשטיצט פֿון דער „קריסטלעכער עקומענישער פֿונדאַציע אינעם הײליקן לאַנד“, פֿליִען קײן יאָרדאַניע און פֿאַרברענגען כּמעט 3 װאָכן אין בית־לחם, ירושלים, חבֿרון און אַנדערע צענטערס פֿון פּאַלעסטינער לעבן און קולטור.

די באַטײליקטע טרעפֿן זיך מיט פּאָליטיש־, קולטורעל־ און קאָמערציעל־טעטיקע פּאַלעסטינער, װאָס באַקענען זײ מיטן פּאַלעסטינער שטײגער־לעבן און װעלטבאַנעם. די פּראָגראַם נעמט אָן אַפּליקאַנטן פֿון פֿאַרשידענע לענדער, װאָס זענען אַלט 18 ביז 30 יאָר און שטאַמען פֿון אַ פּאַלעסטינער טאַטן אָדער מאַמען. (מוסולמענער און קריסטן װערן אָנגענומען אין אַ מער־װײניקער גלײַכער פּראָפּאָרץ.) װען זײ קערן זיך אום אַהײם, דינען זײ װײַטער װי אַמבאַסאַדאָרן סײַ פֿאַר פּאַלעסטינע, סײַ פֿאַר דער פּראָגראַם. דער פּרײַז איז אַן ערך 1,900 דאָלאַר, װאָס איז כּולל רעגיסטראַציע מיט אַהין־צוריק־בילעטן פֿון װאַשינגטאָן קײן אַמאַן.

אַז מע פֿאַרגלײַכט די דערמאָנטע פּראָגראַמען מיט „געבורטרעכט“, מערקט זיך די גרױסע ראָלע, װאָס די ישׂראלישע פּראָגראַם האָט געשפּילט אין דער אַנטװיקלונג פֿון אירע נישט־ייִדישע נאָכגײערס. כאָטש יונגע ייִדן זענען זיכער נישט די אײנציקע װאָס לײַדן פֿון אַ שטאַרקן װאַנדערלוסט, האָבן זײ, צום מערסטן, מצליח געװען בײַם פֿאַרװאַנדלען זײער „רעטורלוסט“ אין אַ מערקװערדיקער אינסטיטוציע. אין דעם פּרט זענען די ייִדן בלי־ספֿק אַ טוריסטישער אור־לגױים.