יאָרדאַניע וועט אומקערן אַמבאַסאַדאָר קיין ישׂראל

Jordan to Return Ambassador to Israel

דער יאָרדאַנישער אַמבאַסאַדאָר, וואַליד אָביידאַט, איז צוריק אין תּל־אָבֿיבֿ
דער יאָרדאַנישער אַמבאַסאַדאָר, וואַליד אָביידאַט, איז צוריק אין תּל־אָבֿיבֿ

פֿון „רויטערס‟

Published February 03, 2015, issue of February 23, 2015.

ירושלים. — יאָרדאַניע וועט ווידער שטיקן איר אַמבאַסאַדאָר אין ישׂראל, דרײַ חדשים נאָך דעם ווי זי האָט אים צוריקגעצויגן, צוליב די שפּאַנונגען אויפֿן „הר־הבית‟. דעם פֿאַרגאַנגענעם נאָוועמבער האָט ישׂראל געשלאָסן דעם „הר־הבית‟, באַקאַנט בײַ די מוסולמענער ווי אַ מעטשעט מיטן נאָמען „אַל־אַקסאַ‟, נאָך דעם ווי אַ פּאַלעסטינער טעראָריסט האָט אויסגעזוכט און שווער פֿאַרוווּנדעט אַן עקסטרעם־רעכטן ישׂראל־אַמעריקאַנער אַקטיוויסט, יהודה גליק, אין ירושלים.

דער וואָרטזאָגער פֿון דער יאָרדאַנישער רעגירונג, מאָהאַמעד אַל־מאָמאַני, האָט מאָנטיק באַשטעטיקט, אַז זינט נאָוועמבער האָט ישׂראל אָנגענומען ממשותדיקע שריט צו באַרויִקן די שפּאַנונג. „מיר האָבן באַמערקט, אַז אין די לעצטע פּאָר חדשים האָט מען אַרײַנגעלאָזט אין ׳אַל־אַקסאַ׳ אַ סך מער מוסולמענער ווי פֿריִער,‟ האָט מאָמאַני געזאָגט.

„דאָס איז אַ וויכטיקער באַשלוס, וואָס שפּיגלט אָפּ די בשותּפֿותדיקע אינטערעסן פֿון ישׂראל און יאָרדאַניע, דער עיקר — סטאַביליטעט, זיכערהייט און שלום,‟ האָט דער ביוראָ פֿון פּרעמיער בנימין נתניהו פּובליקירט דורך אַ שריפֿטלעכער דערקלערונג.

יאָרדאַניע האָט געהאַט באַשולדיקט ישׂראל פֿאַר דער שפּאַנונג בײַ „אַל־אַקסאַ‟, טענהנדיק, אַז די רעגירונג האָט זיך נישט באַמיט אײַנצוצאַמען די עקסטרעם־רעכטע ישׂראלדיקע נאַציאָנאַליסטן, וועלכע קעמפֿן אָפּצוּוואַרפֿן דעם פֿאַרווער קעגן ייִדישע מתפּללים אויפֿן „הר־הבית‟.

די פֿאַרוואַלטונג פֿון „אַל־אַקסאַ‟ ווערט דורכגעפֿירט פֿון עטלעכע הונדערט אָנגעשטעלטע פֿון דער יאָרדאַנישער רעגירונג. הגם די ייִדן מעגן קומען אַהין ווי טוריסטן, איז זיי נישט דערלויבט צו דאַווענען אָדער אַרײַנצוברענגען תּשמישי־קדושה.