קאָמפּיוטער־פּראָגראַמירן לכּבֿוד חמישה־עשׂר־בשבֿט

Celebrating Tu BiShvat With Computer Programming

רעאַליסטישע ביימער, מאָדעלירט אויפֿן סמך פֿון לענדערמײַערס „צירופֿי־אותיות‟
Wiki Commons
רעאַליסטישע ביימער, מאָדעלירט אויפֿן סמך פֿון לענדערמײַערס „צירופֿי־אותיות‟

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published February 06, 2015, issue of March 06, 2015.

דינסטיק אין אָוונט, חמישה-עשׂר־בשבֿט, האָט דער מחבר פֿון די שורות איבערגעלייענט אַ ריי אינטערעסאַנטע אַרטיקלען און זיך פֿאַרנומען בײַ זיך אין דער היים מיט די ביימער — אויפֿן קאָמפּיוטער־עקראַן. אין אַ טייל ייִדישע קהילות פּראַוועט מען דעם דאָזיקן יום־טובֿ מיט פֿיר כּוסות ווײַן און פֿאַרשיידענע פּירות; מע לערנט אויך פֿאַרשיידענע קבלה־סודות, וואָס האָבן צו טאָן מיטן גן־עדנדיקן עץ־חיים און עץ־הדעת.

אין דער אמתן, איז אַ בוים אַ פֿונדאַמענטאַלער אָביעקט אין מאַטעמאַטיק און קאָמפּיוטערײַ, וואָס האָט טאַקע אַ טיף שײַכות צו אונדזער לעבן און ידיעות. אַדרבה, ווען מע זוכט אינעם „גוגל‟ די אינפֿאָרמאַציע וועגן ביימער, באַווײַזן זיך אויבן אָן אַ צאָל אַרטיקלען דווקא וועגן מאַטעמאַטישע און קאָמפּיוטערישע אָפּטײַטשן פֿונעם דאָזיקן וואָרט.

פֿון קדמונים אָן, דינט דער בוים ווי איינער פֿון די סאַמע פֿאַרשפּרייטע, באַדײַטפֿולע און פֿילזיניקע סימבאָלן אַרום דער וועלט, ווײַל די מענטשן האָבן אַלעמאָל אינטויִטיוו געפֿילט די טיפֿקייט פֿונעם דאָזיקן סימבאָל. נישט אומזיסט האָבן אַ סך פֿעלקער במשך פֿון טויזנטער יאָר באַטראַכט די וועלט ווי אַ ריזיקן קאָסמישן בוים.

שטעלט זיך פֿאָר, למשל, אַ גרויסע שטאָט. יעדן קוואַרטאַל קאָן מען רעפּרעזענטירט ווי „סוקעס‟, וואָס צעצווײַגן זיך ווײַטער אויף די גאַסן, הײַזער, דירות און צימערן. פֿאַרשיידענע געשעענישן, וואָס קומען דאָרטן פֿאָר, קאָן מען באַטראַכטן ווי „פּירות‟. דאָס איז נישט בלויז אַ פּאָעטישע מעטאַפֿאָר, נאָר אַן אינגאַנצן פּראַקטישער קוק אויף דער שטאָטישער אינפֿראַסטרוקטור. צום בײַשפּיל, צעצווײַגן זיך די טעלעפֿאָן־דראָטן ממש ווי ביימער, וואָס זייערע „בלעטער‟ זענען די קאָנקרעטע אַדרעסן און נומערן. די געגנט־קאָדן פֿירן אין דעם פֿאַל אויס די ראָלע פֿון „סוקעס‟.

יעדער טעקסט, אַרײַנגערעכנט אָט־דעם אַרטיקל, לאָזט זיך אויך פֿאָרגעשטעלט צו ווערן ווי אַ בוים, וווּ פּאַראַגראַפֿן זענען די גרויסע צווײַגן, וואָס צעטיילן זיך ווײַטער אויף באַזונדערע זאַצן, פֿראַזעס, ווערטער און אותיות. ממש אויפֿן זעלבן אופֿן ווערן געבויט די אַנאַליטישע פּראָצעסן אינעם מענטשלעכן מוח אָדער אין אַ קאָמפּיוטער. מיר בויען אינעם שׂכל אַ „בוים‟ פֿון פֿאַרשיידענע מעגלעכע ברירות און קלײַבן אויס די בעסטע „פּירות‟, אויפֿן סמך פֿון אונדזערע ידיעות, און פֿאַרפֿלאַנצן נײַע ידיעות־צווײַגן.

אין דער מאָדערנער קוואַנט־פֿיזיק ווערן ברייט באַנוצט די דיאַגראַמען, וואָס דער אַמעריקאַנער פֿיזיקער ריטשאַרד פֿיינמאַן האָט אײַנגעפֿירט אינעם יאָר 1948. ווען מע באַשרײַבט די באַוועגונג און געמיינזאַמע ווירקונג פֿון עלעקטראָנען צי אַנדערע עלעמענטאַרע טיילעכלעך, צייכענען די וויסנשאַפֿטלער פֿאַרשיידענע „וועלדער‟ און „ביימער‟, זיך באַנוצנדיק טאַקע מיט אַזעלכע טערמינען, וואָס העלפֿן גרינגער צו פֿאַרשטיין די טיפֿסטע „בעבעכעס‟ פֿונעם אוניווערס.

פֿון דער גלאָבאַלער פּערספּעקטיוו, באַקומט זיך אַ געשטאַלט פֿון אַ בוים, ווען מע באַטראַכט די רחבֿותן פֿונעם קאָסמאָס; די פּלאַנעטן און שטערן זענען די „פּירות‟ אויף די „סוקעס‟ פֿון גאַלאַקטיקעס און גרעסערע קאָסמישע סטרוקטורן. אַזאַ אימאַזש ווערט טאַקע נישט זעלטן באַנוצט אין די אַרטיקלען פֿון „נאַסאַ‟ און אין ערנסטע אַקאַדעמישע זשורנאַלן.