Shpil — אַ בוך צו לערנען קלעזמער־מוזיק

“Shpil”: A Book to Teach Klezmer Music

יעיל סטראָם (פֿידל), דער רעדאַקטאָר פֿונעם בוך „שפּיל”, און פּיטער סטאַן (אַקאָרדיאָן)
יעיל סטראָם (פֿידל), דער רעדאַקטאָר פֿונעם בוך „שפּיל”, און פּיטער סטאַן (אַקאָרדיאָן)

פֿון איציק גאָטעסמאַן

Published February 08, 2015, issue of March 06, 2015.

דער ענערגישער פֿאָרשער, פֿידלער און קאָמפּאָזיטאָר יעיל סטראָם האָט שוין אַרויסגעגעבן אַ שלל ביכער (אַ קינדערביכל, אַ זאַמלונג קלעזמער־ניגונים, אַ געשיכטע פֿון קלעזמער־מוזיק), קאָמפּאַקטלעך און פֿילמען. איידער מע גיט זיך אַ דריי האָט ער עפּעס נײַס אַרויסגעגעבן. לעצטנס האָבן מיר באַקומען דאָס בוך זײַנס, Shpil: The Art of Playing Klezmer, וואָס ער האָט רעדאַקטירט.

„שפּיל‟ איז נישט דאָס ערשטע לערנבוך פֿאַר קלעזמאָרים, אָבער די אַנדערע זענען געצילט אויף איין אינסטרומענט, און דאָס בוך באַשטייט פֿון קאַפּיטלעך פֿון מבֿינים אויף פֿינעף פֿאַרשיידענע אינסטרומענטן — פֿידל, באַס, אַקאָרדעאָן, פּויקן, קלאַרנעט — און איין קאַפּיטל וועגן געזאַנג.

ווי ווײַט איך ווייס, איז עס אַ בוך, וווּ צום ערשטן מאָל קען מען לייענען געדרוקטע קאַפּיטלעך ווי צו שפּילן דעם קלעזמער־באַס, פּויק און געזאַנג. אויף דער אינטערנעץ קען מען עס גרינגער געפֿינען.

איידער מע קומט צו צו די דאָזיקע קאַפּיטלעך, גיט דער רעדאַקטאָר דעם לייענער אַ קורצע געשיכטע פֿון די קלעזמאָרים אײַנגעטיילט אין צוויי טיילן — ביזן 20סטן יאָרהונדערט, און פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט ביז הײַנט. ער הייבט אָן, פֿאַרשטייט זיך, פֿונעם בית־המיקדש… צום גליק, גייט ער אין גיכן אַריבער צום 19טן יאָרהונדערט, און פֿלעכט אַרײַן ציטאַטן פֿון זײַנע אינטערוויוען מיט אַזוינע מבֿינים ווי איציק שוואַרץ אין יאַס, און דעם סטאָלינער פֿידלער אשר ווײַנשטיין.

סטראָם האָט באמת אַ סך אויסגעפֿאָרשט וועגן די קלעזמאָרים: אַרומגעפֿאָרן מיזרח־אייראָפּע, געשפּילט מיט די ציגײַנער, געפֿונען זעלטענע מוזיקאַלישע מאַנוסקריפּטן; גערעדט מיטן עלטערן דור מוזיקער און מיט זייערע קינדער; געשמועסט מיט ייִדישע האָליוווּד־פּערזענלעכקייטן וועגן זייערע פֿאַרבינדונגען צו דער מוזיק. צווישן די פֿילמען וואָס ער האָט געמאַכט, בלײַבן „דער לעצטער קלעזמער‟ און „קאַרפּאַטי‟ וויכטיקע קונסטווערק, וואָס ס׳איז זיי כּדאַי צו זען יעדן, ווער עס האָט אַן אינטערעס צו דער ייִדישער קולטור. אָבער די פֿראַגע וואָס אַזאַ זאַמלונג ווי „שפּיל‟ רופֿט אַרויס איז — צי קען מען פֿון אַ בוך זיך טאַקע אויסלערנען שפּילן אויף אַן אינסטרומענט אָדער שפּילן אין אַ געוויסן סטיל ווי קלעזמער?

מיר דאַכט זיך, אַז ניין. אין דער הײַנטיקער וועלט, אין וועלכער יעדערער האָט זײַן אייגענעם קאָמפּיוטער און צוטריט צו דער אינטערנעץ, און מע קען וויזועל ווײַזן דעם סטודענט ווי מע זאָל האַלטן די פֿינגער אויפֿן פֿידל, אָדער אויספּויקן אַ ריטעם, איז דאָס אויסלערנען זיך שפּילן קלעזמער־מוזיק פֿון אַ בוך שוין פֿאַרעלטערט און נישט עפֿעקטיוו. די באַטייליקטע שרײַבער אינעם באַנד זאָגן עדות דערויף, ווײַל די איינציקע עצה וואָס אַלע דערמאָנען איז, זיך צוצוהערן צו די אַלטע רעקאָרדירונגען, און אויב מעגלעך זיך צוקוקן ווי די מײַסטער מוזיקער שפּילן. דאָס איז דאָך דער טראַדיציאָנעלער צוגאַנג פֿון פֿאָלק־מוזיקער און איז נאָך חל הײַנט.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.