די פֿראַנצויזישע עולים — אַ נײַער פּרײַזן־קלאַפּ?

French Diaspora Could Push Israel Property Prices

אַ פּאָפּולערע פֿראַנצויזישע בעקערײַ אין נתניה
Ben Sales/JTA
אַ פּאָפּולערע פֿראַנצויזישע בעקערײַ אין נתניה

פֿון דער „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published February 08, 2015, issue of March 06, 2015.

די ניו־יאָרקער געשעפֿט־צײַטונג „וואָל־סטריט זשורנאַל‟ האָט פֿאַרעפֿנטלעכט אַן אַנאַליז פֿונעם ישׂראלדיקן קאָרעספּאָנדענט יהושע מיטניק, וועלכער איז זיך משער, אַז צוליב דער איצטיקער מאַסן־עמיגראַציע פֿון פֿראַנקרײַך קאָנען די פּרײַזן פֿון די הײַזער אין ישׂראל אַרויפֿשפּרינגען נאָך העכער — בפֿרט אין אַזעלכע ערטער, ווי נתניה אָדער געוויסע תּל־אָבֿיבֿער קוואַרטאַלן, וווּ עס וווינען אַ סך פֿראַנצויזיש־רעדער.

די ישׂראלים לײַדן שוין זיבן יאָר פֿונעם כּסדרדיקן פּרײַז־אויפֿשטײַג פֿון דירות און הײַזער. אָנהייבנדיק פֿון 2007, איז אָנגעקומען אַ כוואַליע פֿראַנצויזישע עולים; דאָס פֿאַרגאַנגענע יאָר זענען פֿון פֿראַנקרײַך אָנגעקומען קיין ישׂראל בערך 7,000 ייִדן; הײַיאָר, קאָן די צאָל פֿראַנצויזישע אימיגראַנטן דערגרייכן 10,000, לויט די חשבונות פֿון „סוכנות‟. מע האַלט, אַז די אַנומלטיקע טעראָר־אַטאַקן אין פּאַריז וועלן אונטערשטויסן מער מענטשן אַוועקצופֿאָרן.

פֿאַר די הײַזער־הענדלער קאָן דאָס זײַן אַ געלעגנהייט צו ווערן רײַכער, אָבער פֿאַר אַ סך מענטשן איז עס אַ גרויסע צרה. במשך פֿון די לעצטע 7 יאָר האָבן זיך די פּרײַזן פֿון די הײַזער אין ישׂראל כּמעט פֿאַרטאָפּלט. אינעם יאָר 2011 איז פֿאָרגעקומען אַ מאַסן־דעמאָנסטראַציע, בעת וועלכער הונדערטער טויזנטער ישׂראלים האָבן געפֿאָדערט בײַ דער רעגירונג צו לייזן די פּראָבלעם. ווי אַן ענטפֿער, האָט זיך אײַנגעגעבן צו העכערן דאָס דורכשניטלעכע שׂכירות אויף 17 פּראָצענט, אינעם פּעריאָד פֿון 2007 ביז 2013. די וואַקסנדיקע פּרײַזן בלײַבן אָבער נאָך אַלץ איינע פֿון די גרעסטע עקאָנאָמישע פּראָבלעמען אינעם לאַנד.

די הײַזער־פּרײַזן קריכן ווײַטער אַרויף, בערך אויף 6.5 פּראָצענט אַ יאָר. אַ דורכשניטלעכע דירה מיט דרײַ שלאָפֿצימערן האָט געקאָסט אין תּל־אָבֿיבֿ מער ווי 3 מיליאָן שקל — אָדער 766,000 דאָלאַר — אינעם צווייטן קוואַרטאַל פֿונעם יאָר 2014. אין 2008 האָט אַזאַ דירה געקאָסט 1.69 מיליאָן שקל. אַ סך פֿראַנצויזישע עולים באַזעצן זיך דווקא אין תּל־אָבֿיבֿ; אויב די פּאַריזער בלוטיקע געשעענישן וועלן טאַקע גורם זײַן אַ גרעסערן אָנקום פֿון נײַע אימיגראַנטן, וועט עס אַרויסרופֿן אַ נײַעם פּרײַזן־קלאַפּ.