ידיעות פֿון מעלבורן

News From Melbourne

פֿון שרה זילבערמאַן

Published February 09, 2015, issue of March 06, 2015.

הרבֿ משה גוטניק
הרבֿ משה גוטניק

הרבֿ גוטניק: געליטענע פֿון סעקסועלע מיסברויכן מוזן גיין צו דער פּאָליציי

די קיניגלעכע קאָמיסיע װאָס פֿאָרשט אױס װי אַזױ אינסטיטוציעס אין אױסטראַליע האָבן זיך געגעבן אַן עצה מיט פֿאַלן, װען קינדער אין זײער רשות האָבן געליטן סעקסועלע מיסברױכן, האָט פֿאָרגעזעצט איר אַרבעט די װאָך אין מעלבורן. צװישן די ענינים, װעלכע װערן אױסגעפֿאָרשט, איז דער אָפּרוף פֿון דער חב״ד־אָנפֿירערשאַפֿט אין מעלבורן און אין סידנעי, װען אַזעלכע פֿאַלן זײַנען פֿאָרגעקומען אין זײערע קינדער־שולן אין די צװײ גרעסטע אױסטראַלישע שטעט במשך פֿון די 1980ער יאָרן און די 1990ער יאָרן. צװײ פֿון די פֿאַרברעכערס זײַנען פֿאַרמישפּט געװאָרן אין 2013 צו זיצן אין טורמע צוליב זײערע פֿאַרברעכנס. דער דריטער פֿאַרברעכער האָט אױסגעמיטן צו זיצן אין טורמע.

די װאָך זײַנען גערופֿן געװאָרן װי עדות די געליטענע, װי אױך זײערע משפּחות און אײן רבֿ. מער רבנים װעלן גערופֿן װערן די קומענדיקע װאָך, װײַל די געליטענע טענהן, אַז זײ אַלײן האָבן אָנגעזאָגט זײערע רבנים װאָס מיט זײ איז געשען, און אַז די רבנים האָבן דאָס פֿאַרשװיגן.

די פֿרױ פֿון אײנעם פֿון די געליטענע האָט געטענהט, אַז זי װערט „געהאַסט און באַזײַטיקט‟ פֿון דער חב”ד־קהילה, װײַל איר מאַן האָט געמאָלדן דער פּאָליצײ װעגן די פֿאַרברעכנס, װעלכע זײַנען באַגאַנגען געװאָרן קעגן אים.

די געליטענע האָבן געמאָלדן די מיטגלידער פֿון דער קאָמיסיע, אַז זײ זײַנען געקומען צו זײערע רבנים שױן מיט יאָרן צוריק זיי אָנזאָגן, װאָס מיט זײ איז געשען, און אַז די רבנים האָבן זײ אָדער נישט געגלײבט, אָדער זײ האָבן בכּיװן פֿאַרשװיגן דעם ענין.

צװישן די עדות איז געװען הרבֿ משה גוטניק. ער האָט פֿריִער געהאַט געזאָגט אין דער לאָקאַלער ייִדישער פּרעסע, אַז דאָס איבערגעבן דער פּאָליצײ די פּרטים פֿון אַ סעקסועלן אָנפֿאַל קעגן אַ קינד, איז נישט קײן מסירה, און אַז די געליטענע אין אַזאַ פֿאַל מוזן גײן רעדן מיט דער פּאָליצײ. ער האָט געזאָגט, אַז די באַהאַנדלונג פֿון די געליטענע װי מסורים מצד דער חב”ד־קהילה, איז „אַ פֿאַרברעכן‟. דאָס װאָס אַ טײל פֿון די געליטענע און זײערע משפּחות האָבן פֿאַרלאָזט אױסטראַליע װײַל זײ פֿילן, אַז זײער קהילה האָט זײ אַװעקגעשטױסן, איז „אַ פֿאַרברעכן‟. ער איז זיך מודה געװען, אַז ער אַלײן האָט אין אָנהײב נישט געגלײבט װאָס מע זאָגט אים. שפּעטער האָט ער זיך אַנטשולדיקט פֿאַרן געליטענעם, װאָס ער האָט אים גלײַך נישט געגלײבט אױפֿן װאָרט.