די ייִדישע „ליבע־מעשׂה‟ מיט ריזיקע בנינים

Jewish Love Affair With Buildings

דער קהילה „טעמפּל ישׂראל‟ אין אָמאַהאַ האָט אָפּגעקאָסט דער נײַעם בנין 25 מיליאָן דאָלאַר
Joel Alperson
דער קהילה „טעמפּל ישׂראל‟ אין אָמאַהאַ האָט אָפּגעקאָסט דער נײַעם בנין 25 מיליאָן דאָלאַר

פֿון יואל אַלפּערסאָן *(ייִט״אַ)

Published February 10, 2015, issue of March 06, 2015.

אין דער שטאָט אָמאַהאַ, שטאַט נעבראַסקע, שטייט אַ גרויסער ייִדישער קהילה־צענטער. אַלע זאַלן אינעם בנין בלײַבן אָבער כּסדר ליידיק. דאָס מיינט נישט, אַז אין דער שטאָט וווינען נישט קיין ייִדן. אַדרבה, די אָרטיקע 5,500 ייִדן זענען גאַנץ אַקטיוו באַשעפֿטיקט אין די קהילה־ענינים. דער סוד באַשטייט אין דעם, וואָס אַזעלכע ריזיקע קהילה־צענטערס זענען גיכער סימבאָלן פֿון הצלחה; לאַוו־דווקא דינען זיי פּראַקטישע צוועקן.

עס באַקומט זיך אַ סתּירה. אַזעלכע בנינים ווערן אויפֿצושטעלט ווי אַ מין דענקמאָל לכּבֿוד די רײַכע שטיצער, הגם די אָרטיקע ייִדן געניסן נישט פֿון די ריזיקע געלטער, וואָס מע לייגט אַרײַן אין אַזעלכע פּראָיעקטן.

אונדזער קהילה אין אָמאַהאַ איז צווישן די בעסטע שטיצער פֿון דער ייִדישער פֿעדעראַציע אינעם לאַנד. די אָרטיקע שטיצער טוען אַ סך חסד, שטילערהייט און בפֿרהסיא, צומאָל ווי עכטע העלדן. אין אַ צאָל פֿאַלן, אָבער, האָט מען געפּטרט ריזיקע סכומען געלט פֿאַר צווייפֿלהאַפֿטיקע צוועקן, אַנשטאָט אויסצונוצן זיי פֿאַר ייִדישע טאָגשולן, זומער־לאַגערן אָדער בילדונג־פּראָגראַמען. אַדרבה, ווי עס ווײַזן די דעמאָגראַפֿישע פֿאָרשונגען, דערווײַטערן זיך אַלץ מער ייִדן פֿון די אָרגאַניזירטע קהילה־אינסטיטוציעס. די ריזיקע צענטערס ציִען זיי מער נישט צו.

אַן אַנדער פּראָבלעם באַשטייט אין דעם, וואָס אַזעלכע ריזיקע בנינים נייטיקן זיי אין ווײַטערדיקע הוצאות. ווען מע שטעלן זיי אויף, לייגן די בויער אַרויף דאָס אַחריות אויף די פּלייצעס פֿונעם קומענדיקן דור, וואָס מוז פּטרן נאָך מער געלט, כּדי זיי אויפֿצוהאַלטן.

די רעפֿאָרמער שיל „טעמפּל ישׂראל‟ אין אָמאַהאַ האָט בערך 800 מיטגלידער און ווערט אָנגעפֿירט דורך אַן אויסגעצייכנטן ראַבינער. למעשׂה, קומט אָבער אין דער שיל בלויז אַ קליינער עולם, וועלכער האַלט במשך פֿון די לעצטע 10 יאָר אין איין אײַנגעשרומפּן ווערן. פֿונדעסטוועגן, האָט מען געזאַמלט בערך 25 מיליאָן דאָלאַר פֿאַרן נײַעם בנין, הגם אַפֿילו פֿרײַטיק אויפֿדערנאַכט דאַוונט מען, געוויינטלעך, אין דער אַלטער קליינער שיל.

מיט עטלעכע יאָר צוריק, האָט מען געזאַמלט 22 מיליאָן דאָלאַר, כּדי צו פֿאַרברייטערן דעם ייִדישן מושבֿ־זקנים אין אונדזער שטאָט. צי דאַרפֿן אָבער בערך 100 עלטערע לײַט, וואָס וווינען דאָרטן, אַזעלכע ריזיקע הוצאות?

צוויי דריטל מיטגלידער פֿונעם דערמאָנטן קהילה־צענטער זענען נישט קיין ייִדן. ס׳איז שווער צו געפֿינען אַפֿילו גענוג געלט, כּדי אונטערצוהאַלטן דעם בנין. פֿונדעסטוועגן, גייט אין דער קהילה אָן אַ דיסקוסיע, צי מע דאַרף זאַמלען נאָך 10 מיליאָן דאָלאַר, כּדי עס איבערצובויען. אין דער זעלבער צײַט, באַקומען די טאָגשולן, קינדער־לאַגערן און אַנדערע גאַנץ פּראַקטישע און נייטיקע אָרגאַניזאַציעס, גאָר ווייניק קהילה־סובסידיעס.

ס׳זעט אויס, אַז די ליידיקע בנינים זענען געוואָרן אין אַ טייל ייִדישע קהילות וויכטיקער, ווי פּראַקטישע ייִדישע פֿראַגעס. אַן אַנדער צווייפֿלהאַפֿטיקער פֿענאָמען זענען די ריזיקע שילן, וווּ ס׳רובֿ מיטגלידער באַווײַזן זיך בלויז ראָש־השנה און יום־כּיפּור. הגם די בויער גלייבן, אַז אַזעלכע בויערײַ־פּראָיעקטן וועלן אויטאָמאַטיש צוציִען מער ייִדן, האָבן קיין דעמאָגראַפֿישע און סאָציאָלאָגישע פֿאָרשונגען, דאַכט זיך, נישט געפֿונען קיין ראיות, אַז די טײַערע בויערײַ איז טאַקע אַ סגולה פֿאַרן געראָטענעם קהילה־לעבן.

פּונקט פֿאַרקערט, זעען מיר די נעגאַטיווע רעזולטאַטן פֿונעם אומגעלומפּערטן אויסטרענצלען דאָס געלט. אויב די אַמעריקאַנער ייִדן וועלן ווײַטער פֿירן אַזאַ פּאָליטיק, קאָנען די ליידיקע און נוצלאָזע בנינים טאַקע ווערן דער לעצטער דענקמאָל פֿון די אונטערגייענדיקע קהילות.


יואל אַלפּערסאָן, אַ תּושבֿ פֿון אָמאַהאַ, איז אַ געוועזענער פֿאָרזיצער פֿון דער דאַך־אָרגאַניזאַציע „פֿאַראייניקטע ייִדישע קהילות‟ (UJC), הײַנט באַקאַנט ווי די „ייִדישע פֿעדעראַציעס פֿון צפֿון־אַמעריקע‟.