אַן אָרט פֿאַר לאַטײַן־אַמעריקאַנער ייִדן אין ניו־יאָרק

A Space for Latin American Jews in NY

הרבֿ מענדי ווײַטמאַן מיט אַ גרופּע מיטגלידער פֿונעם „ייִדישן לאַטײַנישן צענטער‟ אין אַ סוכּה, אָקטאָבער 2014
הרבֿ מענדי ווײַטמאַן מיט אַ גרופּע מיטגלידער פֿונעם „ייִדישן לאַטײַנישן צענטער‟ אין אַ סוכּה, אָקטאָבער 2014

פֿון מאַריאַנע קריסטאַנטשאָ־אַן (Forward)

Published February 11, 2015, issue of March 06, 2015.

במשך פֿון די פֿאַרגאַנגענע צען יאָר איז אין ניו־יאָרק ממשותדיק געוואַקסן די צאָל ייִדישע אימיגראַנטן פֿון לאַטײַן־אַמעריקע. ווען זיי זוכן אויס אַ ייִדישע געזעלשאַפֿט, קומט עס אָבער אָן שווער, ווײַל אַ סך פֿון זיי פֿילן זיך נישט אין דער היים אין די אַמעריקאַנער סינאַגאָגעס און קהילה־צענטערס — נישט דווקא צוליב שפּראַך, נאָר צוליב פֿאַרשידענע קולטורעלע אונטערשיידן.

מיט פֿינף יאָר צוריק האָט אַ חב״ד־רבֿ, מענדי ווײַטמאַן און זײַן פֿרוי, פֿרומי, געגרינדעט דעם „ייִדישן לאַטײַנישן צענטער‟ — אַ זאַמל־אָרט אין מאַנהעטן פֿאַר לאַטײַן־אַמעריקאַנער ייִדישע משפּחות. הײַנט געהערן צום צענטער כּמעט 1,500 מענטשן, וועלכע באַשרײַבן אים ווי „אַ צווייטע היים‟.

דער צענטער אָרגאַניזירט שבת־וועטשערעס, רעפֿעראַטן (ווי, למשל, איין לעקציע לעצטנס מיטן טשיקאַווען טיטל: „סעקסואַליטעט און סודותדיקייט: געפֿינט זיך גאָט אין אונדזער שלאָפֿצימער?‟) און אינטערעסאַנטע גאַסטרעדנער ווי מאָסאַב כאַסאַן כוסעף, דער זון פֿון אַ „כאַמאַס‟־גרינדער‟, וואָס איז געוואָרן אַ ישׂראלדיקער שפּיאָן. ווײַטמאַן האָט שוין געדינט ווי דער מסדר־קידושין אויף 20 חתונות פֿון די לאַטײַן־אַמעריקאַנער ייִדן און אויך ווי אַ שטיקל שדכן. אַחוץ ענגליש, העברעיִש און ייִדיש, רעדט ווײַטמאַן אויך שפּאַניש און פּאָרטוגעזיש, וואָס איז, אַוודאי, זייער ניצלעך ווען ער קאָמוניקירט מיט די מיטגלידער פֿונעם צענטער.

ווײַטמאַן איז אַליין געבוירן און דערצויגן געוואָרן אין סאַאָ־פּאַאָלאָ, בראַזיל, נאָך דעם ווי מע האָט זײַנע טאַטע־מאַמע געשיקט אַהין ווי שלוחים פֿון חב״ד. ער האָט זיך געלערנט אין ישיבֿות אין ישׂראל, פֿראַנקרײַך, ניו־יאָרק און אַרגענטינע. נאָכן באַקומען סמיכה, האָט ער געלערנט תּורה־קלאַסן פֿאַר בראַזיליאַנער ייִדישע געשעפֿטסלײַט אין מאַנהעטן.

„זיי האָבן מיך באַקענט מיט אַ סך אַנדערע לאַטײַן־אַמעריקאַנער ייִדן, וועלכע האָבן געטענהט, אַז זיי קענען נישט געפֿינען קיין שיל אָדער ייִדישן צענטער, וואָס געפֿעלט זיי,‟ האָט ווײַטמאַן דערקלערט. „די אַמעריקאַנער שילן זענען אַ ביסל צו פֿאָרמעל, צו ערנסט. האָבן מיר אָנגעהויבן אָרגאַניזירן שבת־וועטשערעס פֿאַר זיי, און אַזוי האָט זיך אַנטוויקלט דער ’ייִדישער לאַטײַנישער צענטער‘.‟

ס׳רובֿ פֿון די מיטגלידער קומען פֿון בראַזיל, ווענעזועלע, אַרגענטינע און קאָלומביע, און זענען יונגע פּראָפֿעסיאָנאַלן, וועלכע האָבן זיך אַריבערגעקליבן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן נאָכן גראַדויִרן פֿון אוניווערסיטעט.

לכתּחילה איז די גרופּע געווען אַ קליינע. ערבֿ די ימים־נוראָים אין 2009 האָט מען אַפֿילו נישט געהאַט קיין צענטן צום מנין. בלויז איין יאָר שפּעטער האָבן שוין 900 מענטשן זיך באַטייליקט אין די פּראָגראַמען פֿונעם צענטער. די לאַטײַן־אַמעריקאַנער ייִדן זענען נישט זייער פֿרום, אָבער זיי ווילן האָבן ייִדישע געזעלשאַפֿט און ווילן חתונה האָבן מיט אַנדערע ייִדן. און ווען זיי קומען יאָ דאַווענען, האָבן זיי הנאה פֿונעם טראַדיציאָנעלן נוסח. דאָס דאַווענען דאָ איז אין לשון־קודש, אָבער עס זענען דאָ סידורים מיט דער ענגלישער, שפּאַנישער און פּאָרטוגעזישער איבערזעצונג.

דערווײַל האָט דער צענטער נישט קיין פּערמאַנענטע היים, אָבער ווײַטמאַן זוכט אַן אָרט, וואָס וועט קענען זײַן אָפֿן אַ גאַנצן מעת־לעת, אַ גאַנצע וואָך. צווישן זײַנע הויפּט־פּלענער: אַ פּראַקטיקאַנט־פּראָגראַם, וווּ די דערפֿאַרענע פּראָפֿעסיאָנאַלן פֿונעם צענטער וועלן דינען ווי עצה־געבער פֿאַר לאַטײַן־אַמעריקאַנער יונגע לײַט — סײַ ייִדישע, סײַ נישט־ייִדישע — וועלכע וווינען אין ניו־יאָרק.

ווייניק מענטשן ווייסן, אַז די סאַמע ערשטע ייִדן אין אַמעריקע זענען אויך געווען פֿון דרום־אַמעריקע. אין 1654, איז אַ גרופּע פֿון 23 ספֿרדישע ייִדן פֿון בראַזיל אָנגעקומען אין ניו־אַמסטערדאַם, דער אַמאָליקער נאָמען פֿון ניו־יאָרק, און געגרינדעט די ערשטע ייִדישע קהילה. „מיר ווילן נאָכגיין די פֿוסטריט פֿון יענע ייִדן,‟ האָט ווײַטמאַן געזאָגט.