נײַעס פֿון וואַרשע

News From Warsaw

אַ גרופּע קאָרעספּאָנדענטן אין וואַרבורג־קאָלאָניע, 1923
Joint Distribution Committee Archives
אַ גרופּע קאָרעספּאָנדענטן אין וואַרבורג־קאָלאָניע, 1923

פֿון קאָבי ווײַצנער

Published February 10, 2015, issue of March 06, 2015.

אויסשטעלונג פֿון פֿעליקס וואַרבורג־קאָלאָניע

אין ברעסט־ליטאָווסק בײַם טײַך בוג, איז דעם 3טן פֿעברואַר געעפֿנט געוואָרן אַ נײַע אויסשטעלונג אונטערן טיטל: „דער קאָד פֿון זכּרון‟.

דער „דזשוינט‟ האָט געבויט נאָך דער ערשטער וועלט-מלחמה הײַזער פֿאַר אָרעמע, פֿונעם קריג געליטענע ייִדישע אַרבעטער אין דער געגנט. אויף דער אויסשטעלונג קען מען זען דאָקומענטן פֿונעם פּראָיעקט, אַלטע און נײַע פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון די הײַזער, וואָס שטייען, אַגבֿ, אויפֿן אָרט ביזן הײַנטיקן טאָג. די הײַזער האָבן געהייסן אויף פּויליש KOLONIA FELIKSA WARBURGA.

פֿעליקס וואַרבורג איז געווען דעמאָלט דער פֿאָרזיצער פֿון „דזשוינט‟. די קאָלאָניע האָט געהאַט 12 הײַזער, און אין יעדן הויז — אַכט צימערן. געבויט האָט מען אויך אַ מיקווה, אַ צימער אויף צו וואַשן וועש און אַ קראָם.

אפֿשר וואָלט געווען אַ געדאַנק צו רעסטאַוורירן די שיינע הילצערנע הײַזער, וואָס געפֿינען זיך הײַנט אין אַ שלעכטן מצבֿ.

„ווײַסע פֿלעקן‟ אויפֿן ווירטועלן שטעטל

דער מוזיי פֿאַר דער געשיכטע פֿון פּוילישע ייִדן אין וואַרשע האָט אַ וועבזײַטל — WIRTUALNY SZTETL, דהײַנו, „דאָס ווירטועלע שטעטל‟. די עקספּערטן פֿונעם ייִדישן מוזיי לאָזן אונדז דאָרט וויסן ווי די ייִדן האָבן געלעבט אין פּוילן, וואָס האָבן זיי געשאַפֿן אויף אַלע געביטן, וכּדומה.

נעמט, למשל, דאָס קולטורעלע לעבן אין וואַרשע פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה. ווי באַקאַנט, איז וואַרשע געווען דער צענטער פֿון ייִדישער ליטעראַטור און טעאַטער. איציק מאַנגער האָט פֿאַרבראַכט זײַנע בעסטע שעפֿערישע יאָרן אין וואַרשע. דאָ האָט ער אָנגעשריבן „די מגילה לידער‟; די דיאַלאָגן און לידער פֿאַרן ייִדישן פֿילם „ייִדל מיטן פֿידל‟. איציק מאַנגער אָבער איז דעם פּוילישן ייִדישן מוזיי נישט באַקאַנט. שם מאַנגער לא יזכר ולא יפקד אויף זײַן וועבזײַטל. פּרץ דערמאָנט מען יאָ. נישטאָ קיין וואַרשעווער תּושבֿ, וואָס זאָל נישט וויסן דעם נאָמען פּרץ, צוליב דער פּרץ־גאַס.

דער ביאָגראַף פֿונעם מוזיי דערמאָנט פּרצן, דער עיקר, ווי אַ תּושבֿ פֿון זאַמאָשטש. דער פֿאַקט, וואָס זײַן הויז אויף דער צעגלאַנע־גאַס איז געווען במשך פֿון יאָרן בית־ועד לחכמים, אַ מקדש פֿאַר יונגע ייִדישע שרײַבער, ווערט אין גאַנצן נישט דערמאָנט. דער וויכטיקסטער אַדרעס פֿאַר ייִדישע שרײַבער, וואָס זענען געקומען פֿון אַלע שטעט און שטעטלעך קיין וואַרשע, איז געווען צעגלאַנע 1. ס׳איז גענוג צו לייענען שלום אשס טעקסט „מײַן ערשטע באַקאַנטשאַפֿט מיט פּרצן‟, כּדי צו פֿאַרשטיין די צענטראַלע ראָלע וואָס פּרץ האָט געשפּילט אינעם ייִדישן ליטעראַרישן לעבן אין וואַרשע. ווי געזאָגט, דעם ייִדישן מוזיי איז דאָס אין גאַנצן ניט באַקאַנט.

אָבער עס טוט וויי צו לייענען די מוזיי־טעקסטן נישט נאָר וועגן וואַרשע. נעמט, למשל, דאָס שטעטל פּשיסכע, וואָס האָט געשפּילט אַזאַ טשיקאַווע ראָלע אין אונדזער פּויליש-ייִדישער געשיכטע. לויט דעם ייִדישן מוזיי איז דער ערשטער פּשיסכער צדיק יעקבֿ יצחק בן אשר „דער ייִד הקדוש‟ איינער פֿון די גרינדער פֿון דעם חב״ד.

חב״ד איז געגרינדעט געוואָרן אין ווײַסרוסלאַנד. זלמן שניאור, דער גרינדער פֿון חב”ד שטאַמט פֿון ליאַדי לעבן סמאָלענסק, און דאָס שטעטל ליובאַוויטש, דער צענטער פֿון די חב״דניקעס, איז אַ מרחק פֿון איין טויזנט קילאָמעטער פֿון פּשיסכע. פֿון פּשיסכע קיין ווין איז אַ סך נענטער.

פּשיסכע האָט געהאַט אַן אייגענע חסידישע דינאַסטיע. דער גערער רבי, דער קאָצקער און אַנדערע גדולים זענען אַלע געווען תּלמידים פֿונעם פּשיסכן רבין. מיט חב”ד האָט פּשיסכע גאָרנישט צו טאָן.

ראָמאַן פֿריסטער ז״ל
ראָמאַן פֿריסטער ז״ל

דער זשורנאַליסט ראָמאַן פֿריסטער ז״ל

דעם 9טן פֿעברואַר איז אַוועק אין דער אייביקײט דער שרײַבער און זשורנאַליסט ראָמאַן פֿריסטער. ראָמאַן פֿריסטער איז געבוירן געוואָרן אין 1928 אין ביעלסקאָ, פּוילן. ער האָט געזען מיט די אייגענע אויגן ווי אין קראָקע האָט דער הויפּט־שטורמפֿירער ווילהעלם קונדע צעשפּאַלטן זײַן מאַמעס קאָפּ מיטן רעוואָלווער. ער איז געווען אַן עדות בײַם קונדעס מישפּט אין 1967 אין דײַטשלאַנד. קונדע איז דעמאָלט פֿאַרמישפּט געוואָרן אויף זיבן יאָר תּפֿיסה.

ראָמאַן פֿריסטערס טאַטע איז אומגעקומען אין מאַוטהאַוזען.

פֿריסטער איז פֿאַרשיקט געוואָרן קיין אוישוויץ. באַפֿרײַט האָט מען אים אין מאַוטהאַוזען. נאָך זײַן עליה איז פֿריסטער געוואָרן אַ פּראָמינענטער זשורנאַליסט אין דער ישׂראלדיקער צײַטונג „הארץ‟.

ער האָט אויך געאַרבעט פֿאַר „ראַדיאָ פֿרײַע אייראָפּע‟ און „בי־בי־סי‟ —אין דער פּוילישער שפּראַך.

אין די לעצטע יאָרן האָט ער געוווינט מיט זײַן פֿרוי אין פּוילן און אין ישׂראל. צווישן זײַנע ביכער: „דאָס היטל, אָדער דער פּרײַז פֿון לעבן‟ און „אוממעגלעכע ליבע — אשר לוי בענקט נאָך דײַטשלאַנד‟, וואָס איז דערשינען אויך אין ענגליש — .IMPOSSIBLE LOVE — ASHER LEVI’S LONGING FOR GERMANY

די ידיעות פֿון וואַרשע ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.