נאַציסטישע פּויק געבראַכט קיין ישׂראל

Nazi Drum Brought to Israel

Courtesy of From the Depths

Published February 11, 2015, issue of March 06, 2015.

אַן אָרגאַניזאַציע, געווידמעט דעם אָנדענק פֿונעם חורבן, האָט לעצטנס געבראַכט קיין ישׂראל אַ פּויק, וואָס איז געמאַכט געוואָרן פֿון אַ ספֿר־תּורה, און האָט געהערט צו אַן אָנהענגער פֿון די נאַציס.

די פּויק האָט אַ גרופּע וואָלונטירן פֿון דער אָרגאַניזאַציע From the Depths [פֿונעם תּהום] געפֿונען מיט אַ חודש צוריק אינעם קעלער פֿון אַ פֿאַרשטאָרבענעם מאַן, אין אַ דאָרף לעבן לאָדזש, נאָך דעם ווי מע האָט געמאָלדן, אַז מע גייט פֿאַרקויפֿן זײַן האָב־און־גוטס. די וואָלונטירן זענען געקומען אַהין, נאָכן הערן, אַז דער פֿאַרשטאָרבענער איז אַמאָל געווען אַ מיטגליד פֿון דער „היטלער יוגנט‟, און אַז אַ טייל פֿון זײַן פֿאַרמעגן איז פֿאַרבונדן מיט די ייִדן.

דזשאָני דאַניעלס, דער ישׂראלדיקער גרינדער פֿון From the Depths, האָט געקויפֿט די פּויק, און נאָכן באַראַטן זיך מיטן ישׂראלדיקן הויפּט־רבנות, ווי אַזוי מע זאָל באַהאַנדלען תּשמישי־קדושה, באַשלאָסן עס אַרײַנצונעמען ווי אַ טייל פֿון אַ וואַנדערנדיקער אויסשטעלונג, וואָס די גרופּע פּלאַנירט אויף דעם יאָר.

דאַניעלס האָט געזאָגט, אַז דער פּאַרמעט, וואָס מע האָט געניצט צו מאַכן די פּויק, האָט זיך „אויסערגעוויינטלעך גוט אויפֿגעהאַלטן‟. מסתּמא קומט די ספֿר־תּורה פֿון אַן אָרטיקער שיל. „בשעת דער מלחמה האָט מען צעשטערט אַלע שילן און קיינער האָט נישט געוווּסט, וואָס ס׳איז געוואָרן מיט די ספֿרי־תּורה,‟ האָט דאַניעלס דערקלערט. „נאָך 70 יאָר, פֿאַרלירן מיר שוין דעם לעצטן דור פֿון דער שארית־הפּליטה, מוזן מיר איצט אָננעמען דאָס אַחריות צו פֿאַראייביקן דעם אָנדענק פֿונעם חורבן.‟

די אַקציע צו ברענגען די פּויק פֿון פּוילן קיין ישׂראל איז דורכגעפֿירט געוואָרן לזכּרון דער משפּחה פֿון דזשאָו לעווקאָוויטש — אַ פּויליש־געבוירענער 88־יאָריקער ייִד, וואָס זײַנע עלטערן און אַנדערע קרובֿים זענען אויסגעשאָכטן געוואָרן אינעם טויטלאַגער „בעלזעק‟, און איז פֿאַראַיאָרן עולה געווען פֿון קאַנאַדע קיין ישׂראל.