ידיעות פֿון מאָסקווע

News from Moscow

פֿון אלכּסנדרה פּאָליאַן

Published February 11, 2015, issue of March 06, 2015.

„אשכּולות‟: אַ לעקציע וועגן פּאַשקווילן אין דער חרדישער וועלט

דאָנערשטיק דעם 5טן פֿעברואַר האָט דער פּראָיעקט „אשכּולות‟ אַדורכגעפֿירט אַ באַגעגעניש מיטן נאָמען „דאַ דזי באַאָ [אַפֿישן, אויף כינעזיש] אויף די ווענט פֿון דער געטאָ‟. דעם רעפֿעראַט וועגן אולטראַ־אָרטאָדאָקסיע האָט געהאַלטן דער ישׂראלדיקער היסטאָריקער איליאַ לוריע. ער האָט דערציילט וועגן דער פֿרומער קהילה אין ישׂראל און אין אַמעריקע, איר אידעאָלאָגיע און געשיכטע, אירע באַציִונגען מיט דער געזעלשאַפֿט און מיט דער מלוכה. ס’איז אויך דעמאָנסטרירט געוואָרן אַ פֿילם „יואל, ישׂראל און פּאַשקווילן‟ — וועגן די אַפֿישן אויף די ווענט, „פּאַשקווילן‟, וואָס דינען אין דער פֿרומער געזעלשאַפֿט ווי אַ קאָמוניקאַציע־מיטל.

ייִדישער מוזיי: נײַע רעפֿעראַטן וועגן ייִדישער באַציִונג צום לײַב

אין דעם נײַעם מאָסקווער ייִדישן מוזיי ווערט אָרגאַניזירט אַ ציקל רעפֿעראַטן. „דער גופֿניותדיקער ישׂראל: דער גוף אין דער ייִדישער טראַדיציע‟ — אַ רעפֿעראַט וועגן דעם גוף אין ייִדישער פֿילאָסאָפֿיע פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט האָט געהאַלטן יואל רגבֿ מיט אַ וואָך צוריק; און די וואָך הייבט זיך אָן אַ קאָנסעקווענטע היסטאָרישע דערציילונג. דעם ערשטן רעפֿעראַט, וועגן דער ייִדישער באַציִונג צום לײַב אין דער תּקופֿה פֿון מישנה און גמרא, האָט געהאַלטן דער דירעקטאָר פֿונעם פֿאָרשונג־צענטער פֿונעם מוזיי, ד״ר אורי הערשאָוויטש.

מיאוסער סיכסוך צווישן „רמב״ם־אַקאַדעמיע און דעם צענטער „חורבן‟

אין צענטער פֿון ייִדישן לעבן אין מאָסקווע איז, צום באַדויערן, ווידער אַנטשטאַנען אַ סקאַנדאַל. די רייד גייט וועגן דעם קאָנפֿליקט צווישן דעם צענטער „חורבן‟ און איינעם פֿון די ייִדישע אוניווערסיטעטן — „די אַקאַדעמיע אויף רמב”מס נאָמען‟.

די אַקאַדעמיע באַקומט די שטיצע פֿונעם מלוכישן בודזשעט. זי איז געגרינדעט געוואָרן אין 1991, כּדי צוצוגרייטן ספּעציאַליסטן, וואָס וועלן באַשרײַבן און אָפּהיטן „שניאורסאָנס ביבליאָטעק‟. די סטודענטן האָבן זיך געלערנט העברעיִש און ייִדיש, העברעיִשע ליטעראַטור און ייִדישע געשיכטע. מיט דער צײַט, זענען אַנטשטאַנען נאָך פֿאַקולטעטן: מוזיקאַלישער, יורידישער, מעדיצינישער. אין די רייטינגען פֿון די רוסלענדישע אוניווערסיטעטן האָט די אַקאַדעמיע קיינמאָל ניט דערגרייכט ביז דער העכסטער מדרגה, אָבער די סטודענטן האָבן זיך דאָרט געלערנט כּסדר.

די אַקאַדעמיע פֿאַרמאָגט עטלעכע בנינים אין מאָסקווע און אין דער מאָסקווער געגנט. אין איינעם פֿון זיי האָט זיך געפֿונען דער צענטער „חורבן‟. אַנומלט האָט צווישן דער אַקאַדעמיע און דעם צענטער אויסגעבראָכן אַ קאָנפֿליקט; די אַקאַדעמיע האָט אָפּגעזאָגט דעם צענטער, אָבער דער צענטער האָט ניט געוואָלט פֿאַרלאָזן דעם בנין. די רעקטאָרין פֿון דער אַקאַדעמיע האָט באַפֿוילן מער ניט אַרײַנצולאָזן די מיטאַרבעטער און די געסט פֿונעם צענטער „חורבן‟ אינעם בנין; און די דירעקטאָרין פֿונעם צענטער האָט אײַנגעגעבן אַ פּעטיציע אינעם רוסישן פּאַרלאַמענט. די דעפּוטאַטן האָבן איניציִיִרט אַ קאָנטראָל־קאָמיסיע און דער בילדונג־מיניסטעריום האָט אָפּגערופֿן בײַ דער אַקאַדעמיע די ליצענץ אויף אַ האַלב יאָר.