גראַפֿאָמאַניע ווי אַ קירובֿ־מעטאָד

Compulsive Writing as an Outreach Tool

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published February 12, 2015, issue of March 06, 2015.

הרבֿ אליעזר־שלמה שיק זצ״ל
הרבֿ אליעזר־שלמה שיק זצ״ל

עס האָט זיך פֿאַרענדיקט אַ וויכטיקער פּרק אין דער געשיכטע פֿון די הײַנטיקע בעל־תּשובֿישע באַוועגונגען. דעם 6טן פֿעברואַר, י״ז שבֿט לויטן ייִדישן לוח, איז אין ניו־יאָרק בײַ 74 יאָר ניפֿטר געוואָרן הרבֿ אליעזר־שלמה שיק, באַקאַנט ווי דער „מוהראָ״ש‟, וועלכער האָט לעצטנס געליטן פֿון לייקעמיע. דער דאָזיקער חסידישער מנהיג איז געווען איינער פֿון די גרעסטע פֿאַרשפּרייטער פֿונעם בראַצלעווער חסידות, הגם דווקא צווישן די נאָכפֿאָלגער פֿון רבי נחמן האָט ער אַרויסגערופֿן אַ גרויסע קאָנטראָווערסיע.

אין די שילן און ייִדישע אָרגאַניזאַציע אַרום דער וועלט, פֿון פּעטערבורג ביז פּאַריז, קאַסאַבלאַנקע און אַפֿילו טעהעראַן, קאָן מען טרעפֿן קליינע בראָשורן אויף כּלערליי טעמעס, באַצירט מיט אַ כאַראַקטעריסטישן קרוין־סימבאָל, וווּ עס ווערן אויף אַ פּשוטער שפּראַך דערקלערט די יסודות פֿון רבי נחמן בראַצלעווערס תּורה. אַחוץ לשון־קודש, ענגליש און ייִדיש, זענען אַ סך פֿון זיי איבערגעזעצט געוואָרן אויף פֿראַנצויזיש, שפּאַניש, רוסיש, אונגעריש, פּערסיש און אַפֿילו מאַראַטהי — די אומגאַנג־שפּראַך פֿונעם אינדישן שבֿט „בני־ישׂראל‟.

די פּאַמפֿלעטן זענען אָנגעשריבן אין אַ כּמו־מיסיאָנערישן טאָן, און הייבן זיך אָן מיט אַזעלכע אויסדרוקן, ווי „טײַערע און ליבע ברידער און שוועסטער, בעט איך דיך זייער צו פֿאַרטראַכטן זיך אויף אַ מינוט און צו נעמען מײַנע ווערטער צום האַרצן‟. צוליב די דאָזיקע קונטרסים, האָט זיך בײַ די בראַצלעווער חסידים געשאַפֿן אַ רעפּוטאַציע פֿון מיסיאָנערן. נישט איין מאָל האָט דער מחבר פֿון די שורות געהערט פֿון די ליובאַוויטשער שליחים, אַז ווען זיי טרעפֿן „די בראַצלעווער ביכלעך‟, וואַרפֿן זיי אַרויס די דאָזיקע „פּראָפּאַגאַנדע‟ אין גניזה.

אַזאַ נעגאַטיווע באַציִונג איז פֿאַרשפּרייט צווישן די, וואָס פֿאַרנעמען זיך אַקטיוו מיט אַן ענלעכער טעטיקייט און באַטראַכטן די פֿאַרשפּרייטער פֿון די בראָשורן ווי געפֿערלעכע קאָנקורענטן. אין דער אמתן, זענען ס׳רובֿ טראַדיציאָנעלע בראַצלעווער אויך אומצופֿרידן מיט דער דאָזיקער ליטעראַרטור; זיי טענהן, אַז דער דערמאָנטער ניפֿטר־געוואָרענער מחבר פֿון די פּאַמפֿלעטן האָט באַגרינדעט אַן אייגענע שיטה, וואָס שיידט זיך אונטער פֿונעם עכטן בראַצלעווער חסידות און פֿאַרקריפּלט די אָריגינעלע תּורה פֿון רבי נחמן.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.