ניטאָ קיין ייִדן אין דײַטשער קאָמיסיע פֿון אַנטיסעמיטיזם

Jews Absent from German Commission on Anti-Semitism

יוליוס שעפּס, דער איינציקער ייִד וואָס האָט אַ מאָל געדינט אויפֿן פּאַנעל
יוליוס שעפּס, דער איינציקער ייִד וואָס האָט אַ מאָל געדינט אויפֿן פּאַנעל

פֿון ייִט״אַ

Published February 12, 2015, issue of March 06, 2015.

בערלין. — ייִדישע אַקטיוויסטן האָבן פֿאַרדאַמט דעם דײַטשן אינערן־מיניסטעריום פֿאַר נישט האָבן באַשטימט קיין ייִדישע עקספּערטן אין זײַן קאָמיסיע וועגן אַנטיסעמיטיזם.

אין אַ בשותּפֿותדיקער דערקלערונג דעם 10טן פֿעברואַר, האָבן עטלעכע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס באַטאָנט, אַז זיי וועלן גרינדן זייער אייגענע עקספּערטן־קאָמיסיע. „דאָס איז אַ סקאַנדאַל אָן אַ פּרעצעדענט,‟ האָט באַמערקט יוליוס שעפּס, דער דירעקטאָר פֿונעם „משה מענדלסאָן צענטער פֿאַר אייראָפּעיִשע ייִדישע שטודיעס‟ אין פּאָטסדאַם.

דער אינערן־מיניסטעריום האָט געגרינדעט די קאָמיסיע אין אויגוסט 2009 מיט אַ ראָטירנדיקער מיטגלידערשאַפֿט, נאָך דעם ווי דער „בונדעסטאַג‟ האָט געהאַט דורכגעפֿירט אַ רעזאָלוציע דערפֿאַר מיט אַ יאָר פֿריִער. די איצטיקע גרופּע עקספּערטן, וואָס נעמט אַרײַן אַקאַדעמיקער און פּעדאַגאָגן, האָט זיך צום ערשטן מאָל געטראָפֿן דעם 19טן יאַנואַר.

שעפּס, דער איינציקער ייִד וואָס האָט אַ מאָל פֿיגורירט אויפֿן פּאַנעל, האָט געזאָגט, אַז דער פּאַרלאַמענט און אינערן־מיניסטער האָבן פֿריִער געדאַרפֿט דערקלערן, פֿאַר וואָס זיי האָבן דאָס מאָל נישט געהאַלטן פֿאַר נייטיק אַרײַנצונעמען אַ ייִדישן עקספּערט, אָדער אַ פֿאָרשטייער פֿון אַ ייִדישער אָרגאַניזאַציע אָדער קהילה.

„ס׳וואָלט קיינעם נישט אײַנגעפֿאַלן צו אָרגאַניזירן אַ קאָנפֿערענץ וועגן שׂינאה קעגן איסלאַם אָן קיין שום מוסולמענער, אָדער וועגן דיסקרימינאַציע קעגן פֿרויען אָן קיין שום פֿרוי,‟ האָט באַמערקט אַנעטאַ קהנא, די דירעקטאָרין פֿונעם „אַמאַדיו אַנטאָניאָ פֿונדאַציע‟.

קהנא, שעפּס און דער „אַמעריקאַנער ייִדישער קאָמיטעט‟ אין בערלין וועלן שאַפֿן זייער אייגענע עקספּערטן־קאָמיסיע וועגן אַנטיסעמיטיזם, וואָס וועט באַשטיין סײַ פֿון ייִדישע, סײַ פֿון נישט־ייִדישע ספּעציאַליסטן פֿון דײַטשלאַנד און אַנדערע לענדער. דער נײַער פּאַנעל וועט זיך טרעפֿן אין מאַרץ.

הגם דער ערשטער באַריכט פֿונעם דײַטשן פּאַנעל איז פּובליקירט געוואָרן אין 2011, איז נאָך אַלץ נישט דורכגעפֿירט געוואָרן קיין ערנסטער פּלאַן צו באַקעמפֿן אַנטיסעמיטיזם אין אייראָפּע, האָט דערקלערט סטעפֿאַן קריימער, דער פֿאָרשטייער פֿונעם אַמעריקאַנער ייִדישן קאָמיטעט אויפֿן געביט פֿון אייראָפּעיִשן אַנטיסעמיטיזם.

„מע קען נישט באַקעמפֿן אַנטיסעמיטיזם בלויז דורך סאָלידאַריטעט־מאַניפֿעסטאַציעס און עפֿנטלעכע דערקלערונגען בעת הזכּרה־צערעמאָניעס,‟ האָט קריימער געזאָגט.