באָב דילאַן טרעט אויף מיט אַ רעדע

Bob Dylan Speaks at Tribute

באָב דילאַן טרעט אויף מיט זײַן רעדע אין לאָס־אַנדזשעלעס, דעם 6טן דעצעמבער
Getty Images
באָב דילאַן טרעט אויף מיט זײַן רעדע אין לאָס־אַנדזשעלעס, דעם 6טן דעצעמבער

פֿון אַלעקס דאָבוזינסקיס (Forward)

Published February 12, 2015, issue of March 06, 2015.

באָב דילאַן, דער 73־יאָריקער באַרימטער זינגער און מוזיקאַנט, רעדט כּמעט קיינמאָל נישט אויף זײַנע קאָנצערטן. געוויינטלעך, טרעט ער אויף מיט זײַנע לידער, וואָס אַ סך קריטיקער האַלטן פֿאַר די סאַמע בעסטע אין אונדזער תּקופֿה, אָבער לאָזט נישט אַרויס קיין וואָרט. דעם פֿאַרגאַנגענעם פֿרײַטיק איז ער אָבער יאָ אויפֿגעטראָטן מיט אַ 40־מינוטיקער רעדע בעת אַ גאַלאַ־קאָנצערט לכּבֿוד אים אין לאָס־אַנדזשעלעס.

די אָרגאַניזאַציע MusiCares, וואָס באַלוינט די בעסטע מוזיקער מיט די „גרעמי‟־פּריזן, האָט באַטיטלט דילאַנען ווי „דעם מענטש פֿונעם יאָר‟. נאָכן קאָנצערט, האָט דער געוועזענער אַמעריקאַנער פּרעזידענט דזשימי קאַרטער, איבערגעגעבן דעם זינגער דעם חשובֿן פּריז. דילאַן אַליין האָט אָבער דאָס מאָל נישט געשפּילט און נישט געזונגען. אַ גאַנצע נאַכט האָבן אַ ריי באַרימטע „סופּער־שטערן‟ אויסגעפֿירט זײַנע קלאַסישע ווערק. דער קאָנצערט איז פֿאָרגעקומען אין שײַכות מיט דער צערעמאָניע פֿון „גרעמי‟־באַלוינונג.

אין זײַן רעדע האָט דילאַן דערקלערט דעם פֿאַרזאַמלטן עולם, ווי אַזוי זײַנע ווערק זענען פֿאַרבונדן מיט פֿאַרשיידענע אַלטע טראַדיציאָנעלע פֿאָלקס־לידער. „איך האָב בלויז געעפֿנט אַן אַנדער טיר אויף אַן אַנדער אופֿן‟. מיט גרויס לײַדנשאַפֿט, האָט ער געלויבט אַזעלכע אַמאָליקע פֿיגורן, ווי די זינגערין דזשאָאַן באַעז, פֿאַר איר „פֿרײַען, אומאָפּהענגיקן גײַסט‟, און נינאַ סימאָן, ווי „אַ גוואַלדיקע קונסט־שאַפֿערין‟. אַ צאָל אַנדערע פּערזענלעכקייטן האָט ער אָבער אויסגעלאַכט, אַרײַנגערעכנט די פּאָעטן דזשערי ליבער און מײַק סטאָלער, וועלכע האָבן געשאַפֿן די ווערטער פֿאַר עלוויס פּרעסליס לידער.

באָב דילאַן, אויפֿן ייִדישן נאָמען שבתאי־זיסל צימערמאַן, איז געבוירן געוואָרן אינעם יאָר 1941 און דערצויגן אין אַ ייִדישער משפּחה, וווינענדיק אינעם קליינעם שאַכטיאָרישן שטעטל דעלוט, שטאַט מינעסאָטע. שפּעטער, האָט ער פֿאַרלאָזט דעם קאָלעדזש און זיך באַזעצט אין ניו־יאָרק. אָנהייב די 1960ער יאָרן איז ער שוין געוואָרן אַ באַרימטער מוזיקאַנט.

דילאַן האָט שוין צען מאָל געוווּנען דעם „גרעמי‟־פּריז. במשך פֿון זײַן לעבן, האָט ער אָפֿט געביטן און צוגעטראַכט פֿאַרשיידענע חידושדיקע סטילן. זײַן פּערזענלעך לעבן איז אויך געווען פֿאַרשיידנאַרטיק. אין די 1960ער יאָרן איז ער געווען אַ פּראָטעסט־זינגער, אין די 1970ער — געוואָרן אַן עוואַנגעלישער מיסיאָנער, און דערנאָך — אַ פֿילאָסאָפֿישער פּאָעט.

בעת דעם גאַלאַ־קאָנצערט, האָט די פֿונדאַציע MusiCares געזאַמלט אַ רעקאָרד־גרויסע סומע פֿון 7 מיליאָן דאָלאַר, וואָס וועט העלפֿן צו העלפֿן די מוזיקער אַרויסצוקריכן פֿון פֿינאַנציעלע מפּלות.