אַ פּראָפֿעסאָר אַן אַנאַלפֿאַבעט

The Ignorant Professor

Getty Images

פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן

Published February 13, 2015, issue of March 06, 2015.

אַ געוויסער פֿיזיק־פּראָפֿעסאָר, וואָס איך קען, באַצייכן איך ווי אַ ייִדישן אַנאַלפֿאַבעט. און ער איז נישט דער איינציקער, וואָס דרייט זיך אַרום צווישן אונדז און פֿאַרפּעסטעט די לופֿט מיט זײַנע אָנגריפֿן אויף ישׂראל.

נאָכן פּענסיאָנירן און פֿאַרלוסט פֿון זײַן פֿרוי, איז ער געבליבן אַ טאַטע פֿון צוויי קינדער, וואָס קימערן זיך נישט מיט אים בכלל; זיי זײַנען צו פֿאַרנומען, בלויז די שנור גיט זיך אָפּ מיט זײַנע באַדערפֿענישן. ער פֿאַרלירט צו ביסלעך זײַן ריאה, אָבער בײַם קלאָרן שׂכל, ענערגיע און זכּרון איז ער יאָ פֿאַרבליבן. 

זינט ער האָט זיך אַרײַנגעצויגן לעבן זײַן מחותּנתטע, וועלכע האָט אויך ערשט אָנגעוווירן איר מאַן, זיצט מען און מען וויכּוחעוועט אין קיך, ס’הייסט, מ’פֿירט הייסע דעבאַטעס.  

אין דער אמתן איז דער פּראָפֿעסאָר אײַנגעקאָוועט אין זײַנע געוווינהייטן, עסט אין אַ נאָענטן רעסטאָראַן זײַנע מאָלצײַטן און קען בשום־אופֿן נישט פֿאַרשטיין, פֿאַרוואָס זײַן מחותּנתטע איז אַזוי אידעאָלאָגיש אַרײַנגעטאָן אין מדינת־ישׂראל, קען ייִדיש, העברעיִש און אַ פּאָר אייראָפּעיִשע שפּראַכן דערצו. זי קוקט אָפֿט אַרײַן אין חומשל און אין דער “ניו־יאָרק טײַמס,” קען עבֿרי, האַלט פֿון שבת און יום־טובֿ, כאָטש זי אַליין איז נישט קיין פֿרומע. פֿאַרן פּראָפֿעסאָר איז דאָס אַלץ אַ רעטעניש, פֿאַרשלאָסן אונטער זיבן שלעסער. פֿאַרשטייט זיך, אַז זי איז איינע פֿון די שארית־הפּליטה.

ער איז אויסגעוואַקסן אין אַ ייִדיש הויז, אַפֿילו געפּראַוועט זײַן בר־מיצווה, אָבער פֿון דעם אַלעם האָט זיך אויסגעלאָזט אַ נעכטיקע וועטשערע; ער איז אַ ייִד, וואָס קעמפֿט פֿאַר די רעכט פֿון די פּאַלעסטינער און קען נישט פֿאַרנעמען די „ישׂראלדיקע פּאָליטיק פֿון אַגרעסיע‟. 

און דאָ הייבט זיך אָן דער קאַמף צווישן די צוויי מחותּנים. ער שטעלט זיך אײַן פֿאַר די געקריוודעטע אַראַבער, זי פֿאַרן קיום פֿון ישׂראל. ער טענהט, אַז די ייִדן האָבן פֿאַרכאַפּט אַ פֿרעמד לאַנד, וואָס געהערט נישט צו זיי און ברענגען אום אומשולדיקע קינדער און ווײַבער, און זי, אַז ס’איז אונדזער לעגיטים לאַנד פֿון דורות אַרויס, „קוק אַרײַן אין חומשל, הער פראָפֿעסאָר…‟ דאַרף מען דאָך אָבער קענען לייענען לשון־קודש…

פֿרעג איך זי: „לאה! וואָס זאָגסטו אים דערויף?‟

ענטפֿערט זי מיר: „איך זאָג אים, אַז איך בין אַ פֿאַרברענטע ציוניסטקע, און אַז די ייִדן האָבן טויזנטער יאָר באַוווינט דאָס הייליקע לאַנד, אַרכעאָלאָגן גראָבן אויס די אַמאָליקע חפֿצים, מטבעות און אויפֿשריפֿטן פֿון דוד המלכס צײַטן.‟