אַ פּרעכטיקער אופֿן צו הערן ייִדישע ליטעראַטור

A Delightful Way to Listen to Yiddish Literature


פֿון שׂרה־רחל שעכטער

Published February 15, 2015, issue of March 06, 2015.

איינע פֿון די אָן אַ שיעור ייִדישע זכרונות, וואָס איך האָב פֿון מײַנע קינדער־יאָרן, איז דאָס טאָג־טעגלעכע שפּילן ייִדישע פּלאַטעס. דער פֿאָנאָגראַף איז נישט געשטאַנען אין עפּעס אַ זײַטיקן צימער, נאָר דווקא אינעם סאַמע געזעלשאַפֿטלעכן אָרט פֿון הויז: אין עסצימער. סײַ בײַ טאָג, סײַ אין אָוונט, אַז ס׳האָט זיך עמעצן פֿאַרגלוסט, האָט ער אָדער זי אָנגעשטעלט אַ פּלאַטע.

איין פּלאַטע וואָס מיר אַלע, די עלטערן און די קינדער, פֿלעגן אָפֿט הערן, איז געווען הערץ גראָסבאַרדס רעציטאַציעס פֿון די משלים פֿון אליעזר שטיינבאַרג. כאָטש איך האָב דעמאָלט נישט אַזוי גוט פֿאַרשטאַנען דעם מיין פֿון די משלים — שטיינבאַרגס לשון איז רײַך מיט רמזים פֿון דער תּורה, וואָס איך האָב אין מײַן יוגנט ווייניק געקענט — האָב איך הנאה געהאַט ווי גראָסבאַרד שפּילט אויס אַלע ראָלעס אויף אַ דראַמאַטישן, און אָפֿט מאָל — הומאָריסטישן אופֿן. ווען ער מאַכט זיך פֿאַר אַ קאַץ, למשל, מיאַוקעט ער צו, און ווען איינער אַ פּאַרשוין האָט פֿאַר עפּעס מורא, קען מען ממש דערהערן דעם ציטער אין גראָסבאַרדס קול.

הײַנט האָט זעלטן ווער אַ פֿאָנאָגראַף, און קיין קאָמפּאַקט־דיסקן פֿון הערץ גראָסבאַרד זענען דערווײַל נישטאָ. לעצטנס, איז אָבער געשאַפֿן געוואָרן אַ וועבזײַט, וווּ מע קען הערן אַ גאַנצע ריי פֿון הערץ גראָסבאַרדס וואָרט־קאָנצערטן, פּראָפֿעסיאָנעל דיגיטאַליזירט, אַזוי אַז די קלאַנג־קוואַליטעט פֿון די רעקאָרדירונגען איז אויסגעצייכנט.

די וועבזײַט, The Grosbard Project

גיט איבער נישט בלויז שטיינבאַרגס משלים, אָבער אויך די לידער פֿון א. לוצקי, משה־לייב האַלפּערין, משה קולבאַק, איציק מאַנגער, יעקבֿ גלאַטשטיין און אַנדערע. יעדעס ליד ווערט באַגלייט מיטן טעקסט, אַזוי אַז דער צוהערער קען עס גלײַכצײַטיק לייענען און הערן.

ד״ר אַגי לעגוטקאָ, לעקטאָרין פֿון ייִדיש אין קאָלאָמביע־אוניווערסיטעט, און די שאַפֿערין פֿון דער וועבזײַט, האָט געזאָגט דעם „פֿאָרווערטס‟, אַז זי האָט שוין אָנגעהויבן ניצן די רעקאָרדירונגען אין איר מיטעלן ייִדיש־קלאַס. „איך האָב פֿאַר זיי געשפּילט א. לוצקיס ׳חתונה׳, און די סטודענטן האָבן גרויס הנאה געהאַט,‟ האָט זי געזאָגט. „זיי איז ספּעציעל געפֿעלן געוואָרן, וואָס ער רעדט אַזוי קלאָר און פּאַמעלעך.‟ נאָך דעם ווי די סטודענטן האָבן עס געהערט עטלעכע מאָל, האָבן זיי דאָס ליד אַליין אויפֿגעפֿירט און רעקאָרדירט.

די אינספּיראַציע דורכצופֿירן דעם „גראָסבאַרד־פּראָיעקט‟ איז אַרויסגעקומען פֿון ד״ר דוד ראָסקעס, פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדישער ליטעראַטור אין ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר. בעת דער קאָנפֿערענץ Jewspeak and Its Aftermath: Speech and Orality in Modern Jewish Discourse דעם פֿאַרגאַנגענעם אָקטאָבער, וווּ מע האָט געהערט אַ צאָל רעפֿעראַטן וועגן דעם גערעדטן ייִדיש, האָט ראָסקעס פֿאָרגעלייגט, אַז מע זאָל געפֿינען אַן אופֿן ווי אַזוי צו באַקענען די הײַנטיקע ייִדיש־סטודענטן מיט די וואָרט־קאָנצערטן פֿון הערץ גראָסבאַרד, ווײַל זיי זענען אַן אויסערגעוויינטלעכער מיטל צו ווײַזן, ווי אַזוי עס קלינגט אַן עכטע ייִדישע אינטאָנאַציע. „איך האָב זיך שוין פֿון לאַנג אינטערעסירט מיט אַזאַ פּראָיעקט, און רעדנדיק מיט אַגי לעגוטקאָ, איז מיר אײַנגעפֿאַלן, אַז זי איז דווקא דער פּאַסיקסטער מענטש.‟

לעגוטקאָ איז באַקאַנט פֿאַר אויסניצן שעפֿערישע, לעבעדיקע מיטלען צו פֿאַרשטאַרקן דעם אינטערעס פֿון אירע סטודענטן צו דער ייִדישער שפּראַך און קולטור. דעם פֿאַרגאַנגענעם סעמעסטער, למשל, האָט זי פֿאַרבעטן דעם חסידישן פּאָפּ־שטערן, ליפּא שמעלצער, צו רעדן אויף ייִדיש מיט אירע סטודענטן, און דערבײַ האָבן זיי באַקומען אַ פּערזענלעכן צוטריט צו דער הײַנטיקער ייִדיש־רעדנדיקער חסידישער וועלט. דערצו איז לעגוטקאָס מאַן, מיכאַל אָלאָווניע, אַ געניטער קלאַנג־אינזשעניר, אַזוי אַז די דיגיטאַליזירטע רעקאָרדירונגען קלינגען ממש ווי גראָסבאַרד זיצט לעבן אונדז, און לייענט פֿאָר די לידער.

אָט הערט ווי הערץ גראָסבאַרד רעציטירט איינעם פֿון אליעזר שטיינבאַרגס משלים, „די קאַץ און דער וווּרשט‟:

גראָסבאַרד איז געבוירן געוואָרן אין 1892 אין לאָדזש, פּוילן אין אַ חסידישער משפּחה, און האָט באַקומען סײַ אַ טראַדיציאָנעלע, סײַ אַ וועלטלעכע דערציִונג. ווי אַ יונגערמאַן האָט ער זיך פֿאַרשריבן אין דער „דײַטשישער דראַמאַטישער שול‟ אין לאָדזש, און נאָך דער ערשטער וועלט־מלחמה, זיך אָנגעשלאָסן אין דער „ווילנער טרופּע‟ אין וואַרשע.

אין 1925 האָט גראָסבאַרד אָנגעהויבן געבן אימפּראָוויזירטע וואָרט־קאָנצערטן מיט זײַן פֿרוי פֿרידע בלומענטאַל, און איז דערנאָך פֿאַרבעטן געוואָרן אויפֿצוטרעטן אויפֿן 20סטן יוביליי פֿון דער טשערנאָוויצער שפּראַך־קאָנפֿערענץ, אין יאַנואַר 1928. דאָרט האָט ער פֿאָרגעלייענט די ווערק פֿון אליעזר שטיינבאַרג און איציק מאַנגער, פּאָעטן וועלכע זענען ביז דעמאָלט געווען אומבאַקאַנט דעם ברייטן עולם. אינעם זעלבן יאָר איז אליעזר שטײנבאַרגס „משלים‟ פּובליקירט געוואָרן, באַגלייט מיט די איצט־באַקאַנטע האָלצשניט־אילוסטראַציעס פֿון אַרטור קאָלניק, און דאָס האָט אינספּירירט גראָסבאַרד צו ווערן אַ לעבן־לאַנגער פֿאַרשפּרייטער פֿון שטיינבאַרגס ווערק.

צענדליקער יאָרן לאַנג איז גראָסבאַרד אויפֿגעטראָטן אין אַ צאָל שטעט איבער דער וועלט, רעציטירנדיק ווערק פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור פֿאַר אַ פֿאַרכּישופֿטן עולם, כאָטש די פֿאָרשטעלונג אַליין איז תּמיד געווען זייער אַ פּשוטע. „ער איז געזעסן לעבן אַ טישל אויף דער בינע, מיט אַן עלעקטרישן לעמפּל, אָן שום באַפּוצונג, אָן אַ מיקראָפֿאָן, און פֿאָרגעלייענט פֿונעם בוך,‟ האָט ראָסקעס געזאָגט. בײַ אַ סך מענטשן וואָס האָבן נישט געהאַט קיין צײַט, געדולד אָדער פֿעיִקייט צו לייענען ייִדישע פּאָעזיע, איז גראָסבאַרד געווען זייער איינציקע פֿאַרבינדונג צו דער ייִדישער ליטעראַטור אין אָריגינאַל.

נישט בלויז סתּם ייִדן, נאָר אויך די פּני פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור האָבן הויך געשאַצט גראָסבאַרדס זעלטענעם טאַלאַנט. „גראָסבאַרד איז דער מאָדערנער חזן פֿון דער מאָדערנער ייִדישער ליטעראַטור,‟ האָט דוד בערגעלסאָן געשריבן אין 1927. „גייט הערן, ווי גראָסבאַרד דאַוונט די ייִדישע ליטעראַטור.‟