וויזעל בעט אָבאַמאַ אויסצוהערן נתניהו

Wiesel Urges Obama to Let Netanyahu Speak

עליע וויזעל טרעפֿט זיך מיט באַראַק אָבאַמאַ אינעם וואַשינגטאָנער חורבן־מוזיי, דעם 23סטן אַפּריל 2012
Courtesy USHMM
עליע וויזעל טרעפֿט זיך מיט באַראַק אָבאַמאַ אינעם וואַשינגטאָנער חורבן־מוזיי, דעם 23סטן אַפּריל 2012

פֿון דער „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published February 15, 2015, issue of March 06, 2015.

עליע וויזעל, דער באַרימטער מחבר פֿון חורבן־זכרונות, אַ לאַורעאַט פֿון נאָבעל־פּרעמיע און אַ באַקאַנטע פּראָ־ישׂראלדיקער אַקטיוויסט האָט געבעטן דעם אַמעריקאַנער פּרעזידענט, באַראַק אָבאַמאַ, און די אַמעריקאַנער פּאָליטיקער, צו דערלאָזן דעם ישׂראלדיקן פּרעמיער, בנימין נתניהו, אויפֿצוטרעטן דעם קומענדיקן חודש אינעם אַמעריקאַנער קאָנגרעס. וויזעל גלייבט, אַז ס׳איז וויכטיק פֿאַר די קאָנגרעס־לײַט אויסצוהערן, וואָס נתניהו וויל זאָגן וועגן די פֿאַרהאַנדלונגען מיט איראַן.

הרבֿ שמואל בוטח, דער באַקאַנטער ליובאַוויטשער טעלעוויזיע־טוער און אַ רעפּובליקאַנער שטיצער, האָט דעם 12טן פֿעברואַר רעקלאַמירט דעם רוף. דערווײַל איז נישט קלאָר, צי וויזעלס ווערטער וועלן פֿאַרעפֿנטלעכט ווערן, ווי בוטח האָט געזאָגט אויפֿן „טוויטער‟, אין דער צײַטונג „ניו־יאָרק טײַמס‟.

אָבאַמאַ און אַנדערע הויכראַנגיקע מלוכישע באַאַמטע האָבן געוואָרנט, אַז זיי וויל נישט קומען אויסצוהערן נתניהוס רעדע, וואָס קלינגט ווי אַ טייל פֿון זײַן וואַלן־קאַמפּאַניע. אַ צאָל דעמאָקראַטישע געזעצגעבער האָבן באַמערקט, אַז זיי וועלן זיך באַטייליקן אינעם פּלאַנירטן אויפֿטריט, ווײַל ער קומט אין סתּירה מיט די אָנגענומענע פּראָטאָקאָלן.

אין זײַן אויפֿרוף, האָט וויזעל פֿאַרגליכן די הײַנטיקע איראַנישע רעגירונג מיטן תּנ״כישן רשע המן, און צוגעגעבן, אַז נתניהוס אויפֿטריט וועט פֿאָרקומען, לויטן פּלאַן, גלײַך פֿאַרן פּורים. דעם פּרעמיער אַליין האָט ער פֿאַרגליכן מיט אסתּר־המלכּה. וואָס שײַך דעם אַלגעמיינעם עולם, האַלטן 47 פּראָצענט אַמעריקאַנער, אַז דער רעפּובליקאַנער ספּיקער דזשאָן ביינער האָט נישט נישט געדאַרפֿט פֿאַרבעטן דעם ישׂראלדיקן פּרעמיער אָן אַ רשות מצד דעם „ווײַסן הויז‟. אין דער זעלבער צײַט, האָבן 58 פּראָצענט געזאָגט, אַז אָבאַמאַ זאָל זיך טרעפֿן מיט נתניהו. 46 פּראָצענט אויסגעפֿרעגטע מיינען, אַז די קאָנגרעס־לײַט דאַרפֿן יאָ קומען אויסצוהערן די רעדע.

דער אויספֿרעג, דורכגעפֿירט פֿונעם 4טן ביזן 8טן פֿעברואַר דורך דער בריטישער סטאַטיסטישער פֿירמע YouGov, האָט אַרומגעכאַפּט אַ טויזנט מענטשן. די מדרגה פֿון פּינקטלעכקייט איז פּלוס־מינוס 4 פּראָצענט. אין דער זעלבער צײַט, האָט Times of Israel פֿאַרעפֿנטלעכט די רעזולטאַטן פֿון אַן אַנומלטיקן אויספֿרעג, לויט וועלכן אָבאַמאַ איז מער פּאָפּולער אין ישׂראל, ווי נתניהו. 59 פּראָצענט אויסגעפֿרעגטע באַציִען זיך גוט צום אַמעריקאַנער פּרעזידענט און 33 פּראָצענט — נישט. להיפּוך, באַציִען זיך 54 פּראָצענט ישׂראלים נעגאַטיוו צום פּרעמיער, און 41 — פּאָזיטיוו.

72 פּראָצענט אויסגעפֿרעגטע גלייבן, אַז אָבאַמאַ וועט נישט דערלאָזן איראַן צו שאַפֿן דאָס נוקלעאַרע געווער. בלויז 10 פּראָצענט ישׂראלים זענען פֿאַרזאָרגט בכלל וועגן דער איראַנישער פּראָבלעם; בערך אַ העלפֿט האָבן באַטאָנט, אַז זייער עיקר־זאָרג איז דער עקאָנאָמישער מצבֿ אינעם לאַנד. דער אויספֿרעג האָט אַרומגענומען 824 ישׂראלים און איז פּינקטלעך אויף פּלוס־מינוס 3.4 פּראָצענט.