װען זשעניען זענען נישט בײַ די קלאָרע געדאַנקען

When Genius Becomes Madness

בענעדיקט קאָמבערבעטש אין דער ראָלע פֿון אַלען טיורינג אינעם פֿילם „די אימיטאַציע־שפּיל“
בענעדיקט קאָמבערבעטש אין דער ראָלע פֿון אַלען טיורינג אינעם פֿילם „די אימיטאַציע־שפּיל“

פֿון איציק בלימאַן

Published February 18, 2015, issue of March 06, 2015.

הײַיאָר האָב איך געהאַט די געלעגנהײט — און דאָס זיצפֿלײש! — צו קוקן זעקס פֿון די אַכט „אָסקאַר‟־נאָמינאַטן פֿאַרן „בעסטן פֿילם פֿון יאָר“. די צװײ, װאָס האָבן אױף מיר געמאַכט דעם גרעסטן רושם, באַהאַנדלען די ביאָגראַפֿיעס פֿון באַרימטע ענגלישע װיסנשאַפֿטלער: „די טעאָריע פֿון אַלץ“ מאָלט דעם פּאָרטרעט פֿונעם פֿיזיקער סטיװען האָקינג אין די 1960ער יאָרן, װען מע האָט אים געשטעלט דעם ALS־דיאַגנאָז, און אין די 1990ער, װען ער האָט זיך צעשײדט מיטן ערשטן װײַב דזשײן‪.‬ „די אימיטאַציע־שפּיל“ גיט איבער די געשיכטע פֿונעם טעאָרעטיקער פֿון דער קאָמפּיוטער־װיסנשאַפֿט אַלען טיורינג, װאָס האָט בעת דער צװײטער װעלט־מלחמה באַװיזן צו אַנטפּלעקן דעם דײַטשן „עניגמאַ“־קאָד, אָבער שפּעטער שטאַרק געליטן פֿון זײַן האָמאָסעקסואַליזם, װאָס אין ענגלאַנד האָט מען עס געהאַלטן פֿאַר אַ פֿאַרברעכן קעגן דער געזעלשאַפֿט.

די דאָזיקע פֿילמען זענען בלױז די נײַסטע װאַריאַנטן פֿון אַ לאַנגאָניקן זשאַנער — פֿילמען, װאָס שילדערן דאָס טראַגישע לעבן פֿון אַ געניאַלן אַקאַדעמיקער. דער באַקאַנטסטער פֿילם אין דעם זשאַנער קען זײַן A Beautiful Mind [אױף ייִדיש לײג איך פֿאָר דאָס װערטל: „דאָס ביסל שׂכל איז װערט געלט“], װאָס איז געװען „דער בעסטער פֿילם“ פֿון 2001. דער פֿילם שילדערט די ביאָגראַפֿיע פֿונעם מאַטעמאַטיקער דזשאָן נעש, װאָס צוליב זײַנע חידושים װעגן מיטאַרבעט און קאָנקורענץ, האָט ער געװוּנען די נאָבעל־פּרעמיע פֿאַר עקאָנאָמיע אין 1994. דער פֿילם װײַזט, אױף אַ מײַסטערישן אופֿן, די שפּאַנונג צװישן גאונות און סכיזאָפֿרעניע, און די נאָכװײענישן פֿון אַ פּסיכישער קראַנקײט אױף דעם צוזאַמענלעבן פֿון מאַן און װײַב.

װאָס קען מען זיך אָפּלערנען פֿון „דאָס ביסל שׂכל איז װערט געלט“, װי דער מוסטער פֿון אַ לױבװערדיקן פֿילם וועגן אַ גאון? װאָס זענען די הױפּט־אינגרעדיענטן דערפֿון? ערשטנס, דאַרף מען געפֿינען אַ פֿעיִקן אַקטיאָר, װאָס זאָל קענען לעבעדיק אױסשפּילן די ראָלע פֿון אַ קאָפּמענטש. צװײטנס, דאַרף דער סצענאַר מאַכן דעם רושם, אַז דער העלד איז טאַקע אַ גאון; ס׳איז אָבער גאָר נישט נײטיק אַרײַנצוגײן אין די האַרבע פּרטים פֿון זײַן טעאָריע. אין דעם זינען איז זײער עפֿעקטיװ, למשל, אַז מע הערט װי דער העלד װערט געלױבט פֿון זײַנע קאָלעגן, אָדער נאָך בעסער, צו װײַזן, װי ער שטײט פֿאַר אַ טאָװל און שרײַבט אַ רײ מאַטעמאַטישע גלײַכונגען מיט גריכישע סימבאָלן. דריטנס, און דאָס סאַמע װיכטיקסטע: דער העלד מוז זײַן אַזױ פֿאַרזונקען אין די אײגענע געדאַנקען, אַז ער קען זיך פֿון זײ נישט אַװעקרײַסן. צוליב זײַנע טעאָריעס װערט ער אַ שיבֿרי־כּלי, אַ צעבראָכענער מענטש. אין די אַלע פּרטים זענען אי „די טעאָריע פֿון אַלץ“, אי „די אימיטאַציע־שפּיל“ ממש געראָטן אין „דאָס ביסל שׂכל איז װערט געלט“‪.‬

דער עולם, װאָס גײט אין קינאָ צו זען דעם אָדער יענעם פֿילם, װאָלט אפֿשר געמײנט, אַז אַזעלכע טראַגעדיעס זענען דװקא אױסנאַמען; אָבער דער טרױעריקער אמת איז, אַז כּמה־וכּמה לעבנס־געשיכטעס װאָלטן זיך געלאָזט פֿילמירן אין גײַסט פֿון „דאָס ביסל שׂכל איז װערט געלט“. איז װעמען װאָלט איך נאָמינירט װי דער בעסטער קאַנדידאַט פֿאַרן קומעדיקן ביאָגראַפֿישן פֿילם? צװישן די אינטערעסאַנטסטע פֿיגורן אין דער געשיכטע פֿון מענטשלעכן װיסן איז זיכער געװען דער עסטרײַכער לאָגיקער קורט געדעל (1906—1978). צו 25 יאָר איז אַרױסגעגאַנגען זײַנע אַן אַרבעט, אין װעלכער ער האָט פֿאָרמולירט דעם „אומפֿולשטענדיקײטס־טעאָרעם“: אױף אַ מאַטעמאַטיש פּינקטלעכן אופֿן האָט דער בעל־מחבר באַװיזן, אַז ס‪’‬איז אוממעגלעך צו פֿאָרמולירן אַ לאָגישע סיסטעם, װאָס אירע עצם־אַקסיאָמען זאָלן זײַן דערװײַזלעך אױפֿן סמך פֿון אינערלעכע מיטלען. פּשוט גערעדט, די גאַנצע אונטערנעמונג, װאָס מיר רופֿן זי „מאַטעמאַטיק“ צי „לאָגיק“‪,‬ װעט קײן מאָל נישט דערפֿירן צו קײן פֿאַרמאַכטער, פֿולשטענדיקער לאָגישער סיסטעם. געדעלס טעאָרעם האָט מיט זיך פֿאָרגעשטעלט ממש אַן איבערקערעניש אין דער װעלט פֿון מאַטעמאַטיק.