צוויי אַרעסטירט פֿאַרן העלפֿן דעם קאָפּענהאַגענער אָנפֿאַלער

Two Arrested for Aiding Copenhagen Gunman

בלומען, געלאָזט אויפֿן אָרט פֿון דער הריגה בײַם „קרוטאָנדע” קולטור־צענטער אין קאָפּענהאַגען, דענמאַרק, דעם 15טן פֿעברואַר
Getty Images
בלומען, געלאָזט אויפֿן אָרט פֿון דער הריגה בײַם „קרוטאָנדע” קולטור־צענטער אין קאָפּענהאַגען, דענמאַרק, דעם 15טן פֿעברואַר

פֿון „פֿאָרווערטס”־רעדאַקציע

Published February 17, 2015, issue of March 06, 2015.

די קאָפּענהאַגענער פּאָליציי האָט מאָנטיק, דעם 16טן פֿעברואַר, איבערגעגעבן, אַז זי האָט אַרעסטירט צוויי פֿאַרדעכטיקטע אינעם העלפֿן דעם באַוואָפֿנטן יונגערמאַן דורכצופֿירן מיט צוויי טעג פֿריִער צוויי בלוטיקע אַטאַקן אויף אַ קונסט־צענטער און אַ שיל. דער אָנפֿאַלער אַליין איז דערשאָסן געוואָרן דורך דער פּאָליציי. דערווײַל איז נישט קלאָר, צי די פֿאַרדעכטיקטע זענען נישט לײַט, וואָס זענען אַרעסטירט געוואָרן אינעם אינטערנעץ־קאַפֿע, וווּ ס׳איז אויסגעבראָכן די שיסערײַ, בעת וועלכער דער הויפּט־פֿאַרברעכער איז דערהרגעט געוואָרן.

דער ערשטער אַטאַק איז אויסגעבראָכן פֿאַראַכטאָגן שבת בעת אַ קולטור־אונטערנעמונג אין אַ קאַפֿע, וווּ עס האָט אויפֿגעטראָטן דער שוועדישער קינסטלער לאַרס ווילקס, באַקאַנט ווי דער מחבר פֿון די קאָנטראָווערסאַלע קאַריקאַטורן קעגן דעם מוסולמענישן נבֿיא מוכאַמאַד. אין דער אונטערנעמונג האָט זיך באַטייליקט דער פֿראַנצויזישער אַמבאַסאַדאָר אין דענמאַרק, פֿראַנסואַ זימערע. דער באַוואָפֿנטער יונגערמאַן האָט באַשאָסן דעם קאַפֿע; איין מענטש איז דערהרגעט געוואָרן. דער קינסטלער און דער אַמבאַסאַדאָר האָבן נישט געליטן.

שפּעטער, שבת־צו־נאַכטס, האָט דער זעלבער פּאַרשוין זיך אַרײַנגעריסן אין דער צענטראַלער קאָפּענהאַגענער שיל אויף דער גאַס קריסטאַלגאַדע, וווּ מע האָט דעמאָלט געפּראַוועט אַ בר־מיצווה, און אָנגעהויבן שיסן. צוויי פּאָליציאַנטן און אַ פֿרײַוויליקער וועכטער זענען פֿאַרוווּנדעט געוואָרן. דער 37־יאָריקער וועכטער, דן אוזן, איז שפּעטער געשטאָרבן אין שפּיטאָל פֿון שווערע וווּנדן.

אויפֿן צווייטן טאָג, זונטיק, האָט די פּאָליציי געפֿונען דעם פֿאַרברעכער אינעם אָרעמען ראַיאָן נאָרעבראָ, באַקאַנט ווי אַן אומרויִקע געגנט מיט אַ סכּנותדיקער רעפּוטאַציע.