ידיעות פֿון וואַרשע

News From Warsaw

פֿון קאָבי ווײַצנער

Published February 17, 2015, issue of March 06, 2015.

אַ קרימינעלער ראָמאַן וועגן דעם בלוטיקן בילבול

אַלע ווייסן הײַנט, וואָס מיינט דער פּאָפּולערער זשאַנער אין מאָלערײַ — „קאָמיקס‟. אין אַ סך קירכן האָבן די בילדער געדינט ווי א מין קאָמיקס, כּדי די גלויביקע, דאָס רובֿ אַנאַלפֿאַבעטן, זאָלן פֿאַרשטיין די תּורה פֿון דער קירך.

סאַנדאָמיר איז באַרימט אויף דער וועלט אויך צוליב דעם, וואָס דאָרט הענגט אויף דער וואַנט פֿונעם גרויסן אַלטן קאַטעדראַל אַ בילד, וואָס באַשרײַבט ווי די ייִדן צאַפּן בלוט פֿון אַ קריסטלעך קינד. די קירך, ווי מיר ווייסן, האָט במשך פֿון הונדערטער יאָרן באַשולדיקט די ייִדן אינעם באַקן מצות מיט קריסטלעך בלוט.

דאָס זעלבע בילד האָט מסתּמא באַגײַסטערט דעם יונגן און דערפֿאָלגרײַכן פּוילישן שרײַבער זיגמונט מילאָשעווסקי, אָנצושרײַבן זײַן בוך, וואָס הייסט, „אַ קערנדל אמת‟. אַן אויסדרוק וואָס מיינט, אַז אין יעדער פּליאָטקע שטעקט אַ שטיקל אמת. דאָס בוך איז אַ קרימינעלער ראָמאַן, אין אַנדערע ווערטער, אַ ראָמאַן מיט אַ מאָרד.

דער דאָזיקער ראָמאַן האָט גאַנצע דרײַ מאָרדן. לעבן דעם ערשטן בר-מינן ליגט אַ מעסער, וואָס זעט אויס אַ ביסל מאָדנע. דער מערדער האָט אויסגעצאַפּט דאָס גאַנצע בלוט פֿונעם קערפּער פֿון זײַן קרבן. עס ווײַזט זיך אַרויס, אַז דער מעסער איז אַ חלף, וואָס מען נוצט פֿאַר דער ייִדישער שחיטה. איך וועל אײַך נישט מוטשען מיט אַלע דעטאַלן פֿונעם סיפּור־המעשׂה, אָבער איר פֿאַרשטייט אַליין, אַז עמעצער האָט געוואָלט מען זאָל מיינען, אַז דער מערדער איז אַ ייִד.

מילאָשעווסקיס ראָמאַן נוצט אויס דעם שפּאַנענדיקן סוזשעט, כּדי צו דערמאָנען די געשעענישן, וואָס אַ סך פּאָליאַקן האָבן ליב צו פֿאַרשווײַגן, כאָטש זיי ווייסן, אַז זיי עקזיסטירן. למשל, דער פֿאַקט, אַז די ייִדן האָט מען דערהרגעט אין פּוילן נישט נאָר בשעת דער צווייטער וועלט־מלחמה. דער פֿאַקט, אַז די מערדער זענען געווען נישט נאָר די דײַטשן. דער פֿאַקט, אַז די פּאָליאַקן האָבן אַ סך מאָל די ניצול געבליבענע וואָס פֿלעגן זיך אומקערן אין זייערע שטעטלעך נאָך דער מלחמה, אָפֿטמאָל דערהרגעט, ווײַל זיי האָבן געהאַט אַ שטיקל ערד, אַ דירה, אָדער עפּעס אַנדערש, וואָס די גוייִשע שכנים האָבן עס שוין צוגעאייגנט פֿאַר זיך.