נעאָ־נאַציסטן מאַרשירן איבערן חורבן־אָרט

Neo—Nazis March in Lithuania Massacre City

אולטראַ־רעכטע נאַציאָנאַליסטן אויף די גאַסן פֿון קאָוונע, פֿעברואַר 16
אולטראַ־רעכטע נאַציאָנאַליסטן אויף די גאַסן פֿון קאָוונע, פֿעברואַר 16

פֿון ייִט״אַ

Published February 18, 2015, issue of March 06, 2015.

אַרום 500 אולטראַ־רעכטע נאַציאָנאַליסטן זענען מאָנטיק אַרויסגעגאַנגען צו מאַרשירן אויף די גאַסן פֿון קאָוונע. די דאָזיקע ליטווישע שטאָט איז טרויעריק באַרימט ווי דאָס אָרט פֿון דער שרעקלעכסטער חורבן־רציחה אינעם לאַנד. אַ טייל דעמאָנסטראַנטן האָבן געטראָגט די נאַציסטישע האַקנקרייצן.

קאָוונע איז די צווייט־גרעסטע שטאָט אין ליטע, וואָס געפֿינט זיך 60 מײַל אויף צפֿון־מערבֿ פֿון דער הויפּטשטאָט, ווילנע. צום אַכטן מאָל אָרגאַניזירט דאָרטן דער “פֿאַרבאַנד פֿון נאַציאָנאַליסטישער יוגנט” דעם יערלעכן פּאַראַד, וועלכער קומט פֿאָר דעם 16טן פֿעברואַר. דאָס איז איינע פֿון די צוויי דאַטעס, וואָס ווערט אָנערקענט אינעם לאַנד ווי אַ נאַציאָנאַלער טאָג פֿון אומאָפּהענגיקייט.

ווען די דעמאָנסטראַנטן האָבן זיך פֿאַרזאַמלט אין אַן אָרטיקן פּאַרק, איז קעגן זיי אַרויסגעטראָטן אַ קליינע גרופּע פֿון בערך 20 ייִדן און אַ צאָל אַנטי־פֿאַשיסטישע אָרגאַניזאַציעס. די קאָנטער־דעמאָנסטראַציע פֿון די קעגנער איז שטיל מיטגעגאַנגען בײַ דער זײַט.

פּראָפֿ׳ הירשע־דוד כּ״ץ, דער באַקאַנטער פֿאָרשער פֿון ייִדיש, וועלכער איז געבוירן געוואָרן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן און האָט זיך באַזעצט מיט 16 יאָר צוריק אין ווילנע, האָט באַמערקט, אַז די פֿאַשיסטישע דעמאָנסטראַציע טראָגט אַ באַזונדער עקלדיקן טעם דווקא אין קאָוונע, וווּ די נאַציס, בשותּפֿות מיט די אָרטיקע קאָלאַבאָראַציאָניסטן, האָבן פֿאַרניכטעט מער ווי 10,000 ייִדן אין איין טאָג. הגם אינעם באַלטישן ראַיאָן זענען פֿאָרגעקומען אַ סך פֿינצטערע חורבן־געשעענישן, איז די קאָוונער שחיטה, וועלכע איז אויסגעבראָכן אין אָקטאָבער 1941, געווען ערגער, ווי וועלכע־ניט־איז איינטאָגיקע נאַצי־אַקציעס אינעם ראַיאָן.

כּ״ץ פֿאַרנעמט זיך אַקטיוו מיט דער פּראָטעסט־טעטיקייט קעגן אַזעלכע פּראָ־נאַציסטישע אונטערנעמונגען, וואָס האָבן זיך לעצטנס פֿאַרשפּרייט אין די באַלטישע לענדער.